בלאט 1 פון 3
וואו גייסטע שבת נחמו?
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:14 am
דורך זר זהב
יעדער גייט ערגעץ. דער וואס גייט נישט מוז זיין א דעפרעסטער וואס לעבט נישט א ראמענטיג לייף.
מ'רעדט פון דעי אלע וואס זענען א גאנצן זומער אין שטאט, וואו גייסטע נחמו? איין זאך זאג איך דיר קלאר: אויב גייסטע צו דעי אראנדזשירטע האטעלן (וואו מ'ברענגט דיך אראפ אינטערטעינמענט... וווואאאא, 6 מענטשן זינגן ביי א טיש אן מייקס, וואס פאר אן אינטערטעינמענט!) און דו צאלסט דארטן 600-500 דאללאר בעפאר טעקס, פעלט דיר א ריזיגן גאר ריזיגין שרויף!
נעקסט קעיס.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:32 am
דורך ריק סאנטורעם
איך פלאן אוועקצופארען פאר 10 טעג אנגעפאנגען דאנערשטאג ביינאכט
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:41 am
דורך DotCom
נישט פארגעסן אפדעיטן די פעיסבוק סטאטוס פאר'ן אועקפארן.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 2:37 am
דורך ניו יארק
DotCom האט געשריבן:נישט פארגעסן אפדעיטן די פעיסבוק סטאטוס פאר'ן אועקפארן.
בדיעבד איז די קאווע שטיבל סיגניטשער גענוג.
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:04 pm
דורך שמיטה
ריק סאנטורעם האט געשריבן:איך פלאן אוועקצופארען פאר 10 טעג אנגעפאנגען דאנערשטאג ביינאכט
אויב עס איז נישט מגלה דיין אידענטיטעט. אפשר אביסעלע פרטים איבער דיין וואקאציע? למען ילמדו העם כדת מה לעשות, עצות און טיפס....
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:38 pm
דורך town1
איז פליישמאנס גוט?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:09 am
דורך שמואל הלוי
אויף קול מבשר איז אדווערטייזט "א שבת צו געדענקן" אין וויליאמסבורג ווירדזשיניע.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:37 am
דורך קלאר
town1 האט געשריבן:איז פליישמאנס גוט?
זייער גיט
די האטעל איז טאקע נישט קיין 5 סטאר
אבער די ליפט דארט איז זייער געשמאק
דארפסט נאר וואטשען ווייל ר' זלמן לייב פילאף האלט זיך אויך דארט אויף
אין אויב דאכט זיך אים אז די ביזט אן ארוני דעמאלטס וועט ער בעטן מענדלאוויטש זאל דיך פאריאגען וכו'
(מענדלאוויטש טוט עס נישט ווייל ער דארף ביזנעס, אבער עס איז גענוג עקעלדיג)
אבער מ'קען ציוואקען צו ספינקא - ר' אביש א 10 מיניט וועג צו וואקען
א הערליכע שוהל מיט א מקוה
אדער צו איינס פין די סאטמערע קעמפס
אדער צו די יעקישע שוהל איך דענק נישט וויאזוי עס הייסט אין אויב עס לעבט נאך
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 11:49 am
דורך לעמיל
שבת געט עוועי, איינער דשוינט?
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 12:05 pm
דורך דולה ומשקה
וואודבארן טאון פלעגט אין נאך אלץ (אויף א שטיקעל קלענערע פארנעם) זיין א פלאץ ווי אנשים ונשים בחורים וגם בתולות פלעגן זיך אויסגעבען מוצאי שבת נחמו.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 12:08 pm
דורך זר זהב
פון וואו קומען טאקע יענע בחורים ובתולות? וואס איז די אנשיקעניש פון די אלע סארטן צו די קעטסקילס? און פארוואס בין איך נישט געבוירן צו אזעלעכע עלטערן? (וואלטיך חאטש אויך געקענט דזשוינען די פאן!)
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 12:25 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:פון וואו קומען טאקע יענע בחורים ובתולות? וואס איז די אנשיקעניש פון די אלע סארטן צו די קעטסקילס? און פארוואס בין איך נישט געבוירן צו אזעלעכע עלטערן? (וואלטיך חאטש אויך געקענט דזשוינען די פאן!)
זיי זענען ע"פ רוב ליידער אויך געבוירן פון אזעלכע עלטערן ווי דו, נאר האבן געהאט די גאטס צו טוישן זייער הוט
עס איז פאראן א גרויסע פארקער און לאנגע טרעפיק אין די קעטסקילס מוצש"ק נחמו. און לאו דווקא צוליב די סקולענער סעודת הודאה...
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 9:36 pm
דורך DotCom
שמעקעדיג האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:פון וואו קומען טאקע יענע בחורים ובתולות? וואס איז די אנשיקעניש פון די אלע סארטן צו די קעטסקילס? און פארוואס בין איך נישט געבוירן צו אזעלעכע עלטערן? (וואלטיך חאטש אויך געקענט דזשוינען די פאן!)
זיי זענען ע"פ רוב ליידער אויך געבוירן פון אזעלכע עלטערן ווי דו, נאר האבן געהאט די גאטס צו טוישן זייער הוט
עס איז פאראן א גרויסע פארקער און לאנגע טרעפיק אין די קעטסקילס מוצש"ק נחמו. און לאו דווקא צוליב די סקולענער סעודת הודאה...
ווער ווייסט וואסארא חרון אף די תערובות'דיגע פארברענגעכצער קען אלס אנברענגען, השם ירחם על פליטת עמו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:33 am
דורך געפילטע פיש
חרון אף? זיי זענען די לעצטע איבערגעבליבענע הייפל אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס זענען נאך מקיים דעם בחור שא נא עיניך וראה מה אתה בוחר, זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן נישט נוטש געווען דעם הייליגען יום טוב חמשה עשר באב.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:21 am
דורך שמעקעדיג
הא הא...
איך האב מורא אז דער פראבלעם איז, אז יעדעס יאר זענען זיי בוחר א צווייטע, לקיים מה שנאמר ירא שמים יוצא כל הדעות.....
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:20 am
דורך קרעקער
וכל המרבה הרי זה משובח
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:18 pm
דורך דעינעש
זר זהב האט געשריבן:יעדער גייט ערגעץ. דער וואס גייט נישט מוז זיין א דעפרעסטער וואס לעבט נישט א ראמענטיג לייף...
נעקסט קעיס.
כ'האף אז ביזט נישט דעפרעסט צו גיין ערגעץ אויף א שבת דווקא,
ואגב, וואסי שלעכט\גוט צו גיין א אנדערע שבת\וואכן טעג, נישט זוממער וואכן דווקא ??
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:27 pm
דורך דעינעש
אה..! איך פלאן צו בלייבן די וואך אי"ה,
אפשר וועט זיך מאכן א שבת עפראווד קאווע שטיבל ביינונז אין סמעדרעש, סא איי וואונט מיסס עניטינג אי"ה.
און פאר אייך אלע, לחיים ולשלום, צום ווידער זעהן בעזה"ש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:42 pm
דורך town1
קרית יואל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:45 pm
דורך DotCom
town1 האט געשריבן:קרית יואל
איר פלאנט טאקע נאך היינט אנצוקומען אין מאחורי הפרגוד?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:52 pm
דורך שמעקעדיג

... האסט מיר געמאכט לאכן...
געדענק מען דארף האבן "זאכליכע" תגובות.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:08 pm
דורך ציבעלע-קיגל
בורו פרק
עס איז ממש א מחי, די גאנצע שטאט ווערט ליידיג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 4:55 pm
דורך town1
ניין, איך גיי אנקומען דארט עש"ק