בלאט 1 פון 1

די חורבן פון די טעקס מאשינען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 5:23 pm
דורך גדליה
שוין נישט קיין סוד היינט אז די טעקסט מאשינען איז א חורבן נורא פאר כלל ישראל
פארשטייט זיך אז די טעקס מאשינען ברענגען אויכעט אסאך נוצען. אבער אמאל באניצט מען זיך דערמיט אויף א פאלשע וועג.
למשל אין די היינטיגע טאג איז פארשפרייט געווארען אויף די טעקס מאשינען אז א חשוב'ע איד וועלכע ליגט על ערש דוי לרפואה שלימה בקרוב איז שוין נסתלק געווארן.
די ידיעה האט זיך פאשפרייט איבער די טעקס מאשינען בליץ שנעל, אויף אייוועלט איז זאגאר געווען א אשכול מיט צענדליגע תגובות צו באוויינען די פטירה פון א אדם כשר
די אלע אידען האבען נישט געהערט פרעזענליך אז דער חולה איז אוועק, פון א קרוב צו ווער, ווארים ס'איז דאך נישט געווען ריכטיג. זיי האבען געקריגען די ידיעה אויף די טעקס מאשינען.
טייערע אידען! איר האט טעקס מאשינען? איר ווילט מודיע זיין א לויה? מאכט קודם זיכער אז די אינפארמאציע איז ריכטיג.
די אייבישטער זאל העלפען אלע אידישע קינדער זאלען געהאלפען ווערען מיט וואס זיי ברויכען, ובילע המוות לנצח בב"א.