בלאט 1 פון 1

די קינות לזכר די האלאקאסט

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:52 am
דורך שיטה מקובצת
עס איז יעצט געווען תשעה באב, און טייל אידן האבען געזאגט די קינות וואס זענען געמאכט געווארן דורך גדולי ישראל לזכר די זעקס מיליאן קדושים פון דעם שרקליכן חורבן וואס האט באטראפן כלל ישראל מיט זיבעציג יאר צוריק.
עס זענען באקאנט די קינות פון ר׳ מיכאל בער ווייסמאנדל, באבובער רב זצ״ל, הרב וואזנער שליט״א, ר׳ שמעון שוואב, ועוד. אין די צייט וואס ר׳ מיכאל בער׳ס קינה איז געשריבן מיט א שווערען לשון, איז באבובער רב׳ס קינה געשריבן סאך גרינגער און גרינג צו פארשטיין. וואס טוט זיך אבער מיט די קוואליטעט פון די קינות? וועלכע קינה איז גוט געשריבן לויט די כללים פון פיוטים? ישבב הסופר שרייבט דא אז ער האלט אז הרב שוואב׳ס קינה איז די שענסטע און בעסטע. פארוואס?
און אזוי אויך, ווער האט פאקטיש געשריבען די פיוטים, האבן זיי אלע אליין געשריבן די פיוטים, האבן זיי געארבעט מיט אנדערע אויף דעם?