בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
העניך: איך בין מחולק מיט דיר...!
ווען זיי קומען און זאגן אויס דעם אמת. וואלט דאך נישט געווען קיין מעשה. אבער צו קומען און אויסטראכטן א ליגנט. און אזוי ארום ארויסנארן געלט פון פרעמדע מענטשן וועלכע האבן רחמנות אויף אן אומגליקליכן מענטש. דאס הייסט מרמה. און אפילו אפענע גניבה. און אפילו עפ"י הלכה האבן זיי נישט קונה געווען דאס געלט...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:העניך: איך בין מחולק מיט דיר...!
ווען זיי קומען און זאגן אויס דעם אמת. וואלט דאך נישט געווען קיין מעשה. אבער צו קומען און אויסטראכטן א ליגנט. און אזוי ארום ארויסנארן געלט פון פרעמדע מענטשן וועלכע האבן רחמנות אויף אן אומגליקליכן מענטש. דאס הייסט מרמה. און אפילו אפענע גניבה. און אפילו עפ"י הלכה האבן זיי נישט קונה געווען דאס געלט...!
דאס זאגט ער טאקע....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:29 pm
דורך גדליה
די וויכטיגסטע חלק פון די מעשה איז אז ווען נישט וואס די צוויי האבען זיך צעקריגט וואלט מען קיינמאל נישט אויסגפעינען פון דעם שווינדעל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 3:31 pm
דורך אדונינו
גדליה האט געשריבן:די וויכטיגסטע חלק פון די מעשה איז אז ווען נישט וואס די צוויי האבען זיך צעקריגט וואלט מען קיינמאל נישט אויסגפעינען פון דעם שווינדעל
און ווען נישט מהרז״א איז צוקריגט מיט מהרא״ל וואלט מען לכאורה קיינמאל אויסגעפונען די אמת איבער גיוס.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 4:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט געכיפערט א טריט אין די געשיכטע. קודם איז געווארען א גאנצע טאראראם אז די געלט שטעלט זיך אפ ביים פארפאלק אין קעשענע. דערנאך איז מען געוואויר געווארן אז דער היימלאזער מענטש איז אויך א חלק פון די קאנספיראסי.
למעשה, האט העניך, כדרכו, ארויס געברענגט זיין נקודה, וישמעו רחוקים ויבאו וילמדו לקח.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 5:49 pm
דורך אישתישבי
טאמער די "לקח" איז, ווען מען נעמט בחורים און מען הייסט זיי גיין נאך געלט פורים צו ווען, און זיי זאלען זאגן הכנסת כלה, ווען באמת גייען זיי אז דער רבי זאל קענען פארן אויף פלארידע, הער איך.