בלאט 1 פון 1

צי זענען מיר בני מלכים?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 11:30 am
דורך berlbalaguleh
דאס אז אונז זעמיר בני מלכים. אונז שטאמען פון אברהם יצחק און יעקב. און אונז האבן געהאט אזעלכע קעניגליכע אמהות. ווי שרה, רבקה, רחל און לאה. דאס איז זיכער. נאר די שאלה איז ווען ס'קומט צו ארבעטן. אויב אונז זעמיר גרייט אנצונעמען א יעדע ארבעט וואו מ'קען פארדינען געלט און מאכן שיין פרנסה. אדער האלטן מיר אז געוויסע (רוב) ארבעטן פאסןנישט פאר אונז. ס'איז נישט לפי כבודינו. זיך אנטון א בלויע העמעד און הויזן. און ארויסגיין טון אזעלכע ארבעט ווי קארפענטרי. (קאנסטראקשן) זיין אן עלעקטרישן אדער פלאמבער. אדער דרייוון פאר א קאר סערוויס.

אין די לעצטע פאר יאר האט זיך אריינגעכאפט אזא מין פארקרומטע מיינונג ביים היימישן עולם אז געוויסע ..."מלאכות"...פאסן נישט פאר א בעל בת'ישן יונגערמאן. למשל צו הייסן א ריעל עסטעיט סוחר. אדער צו האבן א פיש געשעפט. דאס פאסט שוין יא. די פראבלעם איז א צו זיין א ריעל עסטעיט סוחר דארף מען צו האבן א רייכן טאטן אדער שווער. און צו ארבעטן אין א פיש געשעפט אז באמת נישט איינס פון די געשמאק'סטע זאכן אין די וועלט. למשל ווען דער פיש סוחר קומט אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב. נאך פאר ער איז אריינגעקומען וויסט שוין דער גאנצער עולם אז ער קומט. אדער ווען ער גייט צו א חתונה. סיי ווער ס'קומט אריין אין האלל ווייסט אז דער פיש סוחר איז דא...!

כ'האב געליינט אמאל ערגעץ אז ביי א חתונה האט א געוויסע אידענע וואס איהר מאן איז געווען אן עלעקטרישן, זיך זייער שטארק געשעהמט ווען דער בדחן האט ביי א חתונה אויסגערופן די מערסטע מענטשן פון זייער משפחה. איינער איז געווען א כולל יונגערמאן. א צווייטער א מלמד. א דריטער א שוחט. אבער איהר מאן איז נאר געווען א פשוטו'ער בעל מלאכה...א לעקטערישן, רח"ל...! איזך האב טאקע שטארק רחמנות געהאט אויף איהר. אבער דער פראבלעם איז אז דער בדחן האט נישט געטויגט. ווייל א גוטער בדחן קען טרעפן שבחים אויף א יעדן איינעם. אפילו א מענטש וואס ווייסט נישט אויף וועלכע זייט מ'מאכט אויף א גמרא. קעןער אויכעט זאגן אז ער האט א סאך שיעורים. און לא פסק פומיה מגירסא...! אויף א איד א שטיקל בעל גאווה קען ער זאגן. אז ער איז א גרויסער עניו. ...שייף עייל, שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...!

וואס האלט דער עולם? איז געווארן א שטיקל אכשר דרא. אז יונגעלייט זענען גרייט אנצונעמען סיי וועלכע ארבעט וואו מ'קען פארדינען אויף פרנסה. אדער האלט מען זיך נאכאלץ צו די איינגערעדטע חלומות. און מ'פארלאזט זיך אויף לופט געשעפטן און דריידלעך. ווי איידער זיין א נהנה מיגיע כפו. די גמ' זאגט דאך ...,גדול הנהנה מיגיע כפו. יותר מירא שמים!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:21 pm
דורך גראף
ס'איז א פאקט אז היינט טיען אינגערלייט אסאך מער טייפס פון זשאבס פאר פרנסה. אסאך זאכן וואס מיינע עלטערן פלעגן קרומען מיט דער נאז אז "ס'פאסט נישט" קוקען זיי אן היינט ווי ס'איז זייער נארמאל. נאר עס קען זיין אז עס איז דא מער אינגעלייט היינט וואס מאכען חשבונות אויף בכלל נישט צו ארבייטען אין א קאמפעני וואס צאלט צופיל כדי נישט צו דארפן פארלירן די שאר ירקות פון פעטער שמואל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:52 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: ייש"כ. דו האסט געענטפערט מיין שאלה. איך וועל דיר זאגן וואס ס'האט מיך געמאכט טראכטן איבער די לעבנסוויכטיגע פראגע. איך האב מיך דערמאנט פון א מעשה שהיה. א פאלל פון א באקאנטע משפחה. אן דערמאנען נעמען אדער געאגראפיע. אין א געוויסע גרויסע שטאט. אן עיר ואם בישראל. האט א איד גענומען אן איידעם. דער חתן איז א פלאמבער מיט א ביסל עקספיריענס. און ווען ס'איז געקומען צו באשליסן וואס דער יונגערמאן זאלל טון פאר פרנסה. האט ער געוואלט ארבעטן אין זיין פאך. האטציך זיין שווער אנגערופן, בלשון גדולות..."מיין איידעם וועט נישט זיין קיין פלאמבער"...מיט א תקיפות. אפגעפסקנ'ט...!

יעצט איז דער מצב אזוי. ווען דער שווער וואלט געווען א גרויסער עושר. לאמיר זאגן ער האט א סאך בילדינגס. אדער א גרויסע פעקטארי מיט א 200 ארבעטערס. און אין ביהמ"ד איז ער , אויב נישט דער ריש גלותא. אבער לכה"פ ראש הקהל. און זיין טאכטער איז די ריכטיגע מושלמת. הויך, שלאנק און א יפת תואר. מיט א דעגרי אין פסיכאלאגיע. און דער איידעם ווילל ווערן א פלאמבער. קענמען פארשטיין אז ס'איז א פחיתות הכבוד פאר זיין שווער. אבער די מעשה איז גאר אנדערש. די מדוברת איז שוין געווען א גרושה. מיט 2 קינדער. נאך אן עפיזאד פון א נערוון צוזאמענברוך. און זי איז יעצט אויף פיללן. און דער טאטע, דער וועלכער ס' איז איהם א פחיתות הכבוד אז דער איידעם זאלל ווערן א פלאמבער, איז אויך נישט קיין גביר. וואס ער קען אפפערן א באקוועמע פאזיציע פאר זיין איידעם אין די ביזנעס. נאר ער האט אפגעפסק'נט בתקיפות אז זיין איידעם וועט נישט זיין קיין פלאמבער. ווייל ס'איז איהם אונטער'ן כבוד...דאס רופט דאך ארויס א געלעכטער. אבער ס'ווייזט ווי ווייט א טייל מענטשן זענען איינגערעדט...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:27 pm
דורך גדליה
לעצטענס האט מען טאקע געזעהן א קליפ ווי א חסידישע יונגערמאן ארבעט אלץ א איינגעשטעלטע אין די לופטפעלד אין א לאנד אין מיטעל מזרח

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:58 pm
דורך berlbalaguleh
אויך איז דא א סארזשענט אין די ניו יארק פאליס דעפארטמענט, א חסיד'ישער איד. סדזשט. וויטריאל...!

ווען איך וועל (אי"ה) זעהן חסיד'ישע יונגעלייט מיט לאנגע בערד און פיאות אנטון דעם יוניפארם פון די נייע שטאט טאון אוו פאלם טרי פאליס דעפארטמענט. און זיי וועללן סטאפן קארס. און בעטן פאר די לייסנס און רעגיסטרעישן מיט'ן היימישן מאנדראוי'ער עקסענט, וועל איך זיין זייער שטארק צופרידן. איך וועלל שפירן אז ס'איז א שטיקל אתחלתא דגאולה...! ס'פיהלט מסתמא זייער גוט צו באקומען א טיקעט פון א היימישן, חסיד'ישן פאליסמאן. אדער גאר א רעבעצין מיט א שפיצל...! און מ'וועט דארפן גיין צום בית דין פון די שטאט פאלם טרי זיך טענה'ן איבער דעם טיקעט. און די דיינים וועללן זיין די תלמידים פון דעם דיין הגאון הגדול ר' געציל בערקאוויטש שליט"א. בעמח"ס אגלי דבש...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 4:57 am
דורך טאמבל סאס
אינדערהיים האט מען אויך אזוי געזאגט. און ס'איז אפילו מקוים געווארן. ביז מען האט געקריגן די אידישע געטאו פאליציי.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:55 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס: איך בין זיכער אז מהר"א שליט"א וועט טרעפן וואוילע אידן אנשי חיל, יראי ה', שונאי בצע. פאר געלט אלעס. דער פאליס קאמישאנער וועט זיין הרה"ח ר' שלמה שמש ווערצבערגער בן ר' יחזקאל, הי"ד...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:34 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:אויך איז דא א סארזשענט אין די ניו יארק פאליס דעפארטמענט, א חסיד'ישער איד. סדזשט. וויטריאל...!

ווען איך וועל (אי"ה) זעהן חסיד'ישע יונגעלייט מיט לאנגע בערד און פיאות אנטון דעם יוניפארם פון די נייע שטאט טאון אוו פאלם טרי פאליס דעפארטמענט. און זיי וועללן סטאפן קארס. און בעטן פאר די לייסנס און רעגיסטרעישן מיט'ן היימישן מאנדראוי'ער עקסענט, וועל איך זיין זייער שטארק צופרידן. איך וועלל שפירן אז ס'איז א שטיקל אתחלתא דגאולה...! ס'פיהלט מסתמא זייער גוט צו באקומען א טיקעט פון א היימישן, חסיד'ישן פאליסמאן. אדער גאר א רעבעצין מיט א שפיצל...! און מ'וועט דארפן גיין צום בית דין פון די שטאט פאלם טרי זיך טענה'ן איבער דעם טיקעט. און די דיינים וועללן זיין די תלמידים פון דעם דיין הגאון הגדול ר' געציל בערקאוויטש שליט"א. בעמח"ס אגלי דבש...!


עס איז גראדע דא א חרם פין פארצייטנס נישט צו זיין אין געזעץ ענפארסמענט פאר די גוים.