בלאט 1 פון 1

עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:42 pm
דורך גדליה
יא, אהעם. איז אזוי.
יעדע ווייסט אז מ'טאר נישט רעדען אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט. אז א מענטש שטארבט און מ'בארעדט זיינע מעשים טובים ווערען מענטשען ברוגז. ס'טייטש, נישט רעדען אויף א שוכן עפר!
איז אזוי, ווי לאנג ער לעבט מעג מען עם צאפען די בלוט, בארעדען באשמוצען און לאכען פון אים. איינמאל ער שטארבט, ווען ער קען שוין נישט פילען אדער שפירען גארנישט, דעמאלץ ווערט חל די שרעקלעך הארבע איסור פון רעדען אויף א שוכן עפר.
אין די אלגעמיינע וועלט ווייסט מען פינקט פארקערט, אמאל איז דא לשון הרע'ס וואס מפארציילט נישט ווייל די באטרעפענדע מענטש איז א פאפולערע פיגור און ס'קען עם שאטען, און איינמאל ער שטארבט דערציילט מען עס, ווייל ער לעבט דאך שוין סייווי נישט.
אזוי איז אויך באקאנט פון צדיקים אז נאכ'ן שטארבען ווערט מען געוואויר ווי זיי האבען געהאט א פויערישע פעלץ און ארומגעגאנגען אין די ועלדער און קרעטשמעס אינמיטען די נאכט.
על כל פנים, ילמדנו רבינו. פארוואס איז הארבער צו רעדען אויף א מענטש נאכ'ן שטארבען ווי פארדעם, א מין שטעלונג וואס איז קעגען יעדע מענטשליכע שכל?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:02 pm
דורך קאך_לעפל
בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:39 pm
דורך שמערל
רעדן אויף א לעבעדיגן איז א איסור דאוריתא פון לשון הרע, אויף א טויטן ווי דער איסור לשון הרע איז נישט חל איז דא א חרם הקדמונים אז מען זאל אויך נישט רעדן. למעשה האבן מענטשן מער מורא פון א חרם ווי פון א לאו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 5:43 pm
דורך קאך_לעפל
איז דער חרם הקדמונים נישט בלויז אויף "מוציא לעז"?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 6:38 pm
דורך שמערל
הייסט אז רעדן אמת אויף א מת איז מותר לכתחילה? קען זיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
ווען מען בארעדט א לעבעדיגען האט מען דעם געפיל אז מען רעדט זיך פשוט אפ, הלואי וואלט ער געווען בעסער. משא''כ אויף א טויטן איז די שלעכטע רייד פיינעל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:54 pm
דורך אישתישבי
דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 9:17 pm
דורך מיימון
חוץ דעם שרעקעדיגן ח-ר-ם הקדמונים פון וואס מענטשן(?) ציטערן ווי פון פייער נאך מער ווי איסורי דאורייתא (וצוואת ר"י החסיד יוכיח) איז לכאורה אויך דא א שטיקל פחד פון טויט וואס איז דער גרעסטער נושא אין אלע רעליגיעס כמבואר כמ"פ בדברי הרב ד"ר אברם העברי. יעדע זאך וואס האט צו טון מיט טויט ווערט אויטאמאטיש פארוואנדלט אין א שרעקעדיגע זאך, גיי פארשטיי פארוואס מענטשן האבן מורא צו גיין נעבן א בית הקברות ביינאכט. אזוי איז עס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
מיימון: יישר כח. איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס האט מורא אדורכצופארן. כש"כ אדורכשפאצירן נעבן א בית הקברות ביינאכט. ס'איז נאך דערווייל קיין איין נפטר נישט אויפגעשטאנען פון זיין קבר. און געגאנגען פאר א שפאציר...אבער דאך...!

שוכן עפר

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 5:35 am
דורך קל לראש
אישתישבי האט געשריבן:דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

טעות העולם חוזר
די לשון אין שולחן ערוך איז על המתים, משום לשון נקיה זאגן מענטשן שוכן עפר.
איך ווייס נאר נישט פארוואס שוכן עפר איז מער לשון נקיה.

עולם הפוך ראיתי (רעדן אויף א שוכן עפר)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:11 pm
דורך מי אני
אזוי ווי מרגליה בפומיה דאינשי ״מצורע אחרי מות קדושים אמור״, נאך א מענטש שטארבט, אפילו ער׳ז געווען א מצורע [איש שיש בו גנאי], זאגט מען שוין אויף אים אז ער׳ז א קדוש.

בנוגע דאס אז מ׳זעהט ביי דעם עולם הפוך קען מען זאגן אז דאס איז אויך מרומז אין דעם ״עליונים למטה ותחתונים למעלה״. אויף די באגראבענע ״תחתונים״ האלט מען במעלה גבוה נישט צו רעדן אויף זיי, משא״כ אויף די לעבעדיגע וואס זענען נאך עליונים ממעלה לאדמה.

(הגם בעצם רעדן אויף א לעבעדיגן איז ערגער ווי רעדן אויף א טויטן [כמספר אחר האבן וכו׳ וכו׳] וכנ״ל, טרעפן מיר שוין עפעס א שטיקל פרעצעדענט דערצו, וואס פון דעם קען אפשר אויך דאס קומען און ווייזען אז מ׳איז מער סענסיטיוו צו א מת. דהיינו, מיר טרעפן ביי הספדו של מת (יו״ד ריש סימן שדמ) אז מ׳איז אביסל מפליג בשבחו ע״ש. אין אנדערע ווערטער מ׳רוקט ארויף זיין/איר אמת׳ע כבוד מיט א מדריגה (אביסל) צו עפעס וואס איז נישט אינגאנצן אמת. איז לעומת זה רעדט מען נישט אויף אים/איר אפילו עפעס וואס איז אמת, וואס ברענגט אראפ די כבוד. (איך פארשטיי אז דאס איז נאר געזאגט געווארן בנוגע די עצם הספד. אבער מ׳קען פארשטיין אז די עצם סענטימענט בלייבט אויף ווייטער אויך.))
קאך_לעפל האט געשריבן:בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?

IMG_5649.JPG

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:56 pm
דורך אישתישבי
תזריע, פין ווען ער ווערט געבוירן, מצורע, בארעדט מען אים אז ער איז א מצורע, אחרי מות, נאכן שטארבן, קדושים אמור, זאגט מען ער איז הייליג.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 9:02 pm
דורך איסר האטלקי
אישתישבי האט געשריבן:דער וועלט זאגן אז פאר באגראבן א נפטר, מעג מען רעדן וואס מען וויל, ווייל ער לעבט נישט, און איז נאך נישט א שוכן עפר.

דאס קומט פון הרה"ק מגארליץ זי"ע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 11:55 pm
דורך שמעון וואלף
קאך_לעפל האט געשריבן:בפשטות איז דאס צוליב דעם וואס בארעדן און אנאליזירן א מענטש וואס האט נישט די מעגליכקייטן זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, (ווייל דאס גייסט האט צום באדויערן פארלאזט זיין גוף) איז ווארשיינליך הארבער ווי צו רעדן אויף א מענטש וואס איז ב''ה געזונט אין פריש און האט די מעגליכקייט זיך זעלבסט צו פארטיידיגן, נישט אזוי?

ניין.
אסאך עוולות וואס מענטשן באגייען וואס מ'קען נישט פארטיידיגן און פונדעסוועגן וועט מען אים גרינגער בארעדן ווי א שוכן עפר