בלאט 1 פון 1

נאך א מזל איך פאר נישט מיט חסידים אויף די טרעין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:16 am
דורך טאמבל סאס
איך פאר יעדן צופרי צו דער ארבעט מיט די טיוב, די טרעין אונטער די ערד. ווי עס איז ביי רוש אווער, ווען יעדער גייט צו דער ארבעט, שטייען מיר אלע שטענדיג צעשטופט. פלעג איך אלעמאל טראכטן, ספעציעל ווען די טרעין שטעלט זיך אפ און איך האלט פאר'ן אויפשטייגן אויף אן אנגעפאקטער טרעין און איך טראכט צו מיר, נו ריק דיך אריין אביסל מער, קוק וויפיל ארט ס'איז נאך דא..., אז די מענטשן ארום מיר בדרך כלל טראכטן נישט גענוג פון אנדערע, מען וואלט נאך היבש מער ארט געקענט מאכן אויב וויל מען, אויב שטייט נישט יעדער מיט די אויגן אריינגעגראבן אין די גראבע טעלעפאן, אויב שטייט נישט כמעט יעדער מיט די עירפאונס אין די אויערן - נישט הערנדיג אדער נישט ווילן צו הערן וואס ס'פאסירט ארום, אויב רוקט מען זיך טיפער אריין צווישן די בענק, אויב איז מען נישט אזוי פאסי אויב עמיצער גיט דיך א שטופ דא א שטופ דארט וכדומה אזעלכע סארט מחשבות. ווען ס'וואלט געווען א טרעין פון חסידים וואלטן פילע מער אריינגעגאנגען און מ'וואלט נישט געדארפט אוועקפארן מיט אזויפיל מענטשן פארבליבן אויף די פלאטפארם.

היינט האט מיר אבער אויפגעבליצט, וואס אן אמת בין איך גליקליך אז איך פאר נישט מיט חסידים. אויב וואלטן עס געווען אלע חסידים, וואלטן געווען טויטע, צעקוועטשטע און פארוואונדעטע יעדן טאג. די ביים טיר, ספעציעל די הויכע גראבע וואלטן געשריגן צו דיע אינעווייניג, ,נו שטופ דיך אריין אביסל מער, אז ס'איז דא פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ אין הויז'. און דארט אראפציהר וואלט א קליינטשיק מיידל צעקוועטשט געווארן צום טויט. דאס אז מענטשן האב זיך זייערע אייגענע ספעיס, ווי קליין דאס זאל נאר זיין, וואס ווי אזוי דו נוצט עס נאר (צו דו האלטסט א טעלעפאן, א קאווע, אדער א צייטונג) דערוואגט מען זיך נישט דאס צו בריטשן, דאס צו ווייאלעיטן, אפילו פארן טובת הכלל (אזויפיל מער מענטשן וועלן האבן פלאץ) איז דאך א געוואלדיגע ברכה, א מענטשליכע שטארקייט, נישט א שוואכקייט פון די ציוויליזאציע. און דאס אפילו אויב די סיבה פארוואס מען בריטשט נישט דעם ספעיס איז צוליב אקווערדנעס אדער צוליב נכריות (פרעמדקייט לעומת אחוה), למשל דאס קוקן א מענטש דירעקט אין די פנים פאר צו לאנג, אדער זיך אריינקלאפן אין דעם שכנ'ס אחור וכדומה, איז די תוצאה למעשה נאך אלס א געבענטשטע.

זכותו יגן עלינו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:27 am
דורך קומזיץ
חסידים קומען זיך צוזאם כסדר הינדערטער און צומאל טויזענטער מענטשען און ב"ה יעדער לעבט געזינטערהייט נישט דא קיין טויטע אדער פארווונדעטע,
איך מיין דיין הו"א איז מער ריכטיג

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:32 am
דורך טאמבל סאס
מען קומט קוים ארויס מיטן לעבן, אבער ב'ה אבי מ'לעבט.

וואו געדענק איך לייענען ביי א לויה אין א"י לעצטנס ווי מען האט געענדיגט באגלייטן אפאר ה"י..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:43 am
דורך ליפא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 10:51 am
דורך טאמבל סאס
ניין איך מיין דאס https://news.walla.co.il/item/2844546

וואו קומסטו צוגלייכן 1.5 מיליאן און הונדערט טויזנט מענטשן? גיי מאך דיינע חשבונות מיין קינד.

פראצענטואל איז ביי די מעשה צו וואס דו לינקסט, געשען האלב אזויפיל פאטאליטעטן, וויפיל עס וואלט געשען אויב וואלט עס געווען חרדים.

נאכדעם דארף מען אויך אריינרעכענען די פריקווענסי פון אזעלכע געשעענישן און דאס צורעכענען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
טויש אויף "חסידים" מיט אן אנדערע דעמאגראפיק און [tag]טאמבל סאס[/tag] וועט זיין דא ליארמען אויף די צוריקגעשטאנענע ראסיזם.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2019 6:03 pm
דורך טאמבל סאס
דער אנדערע טאג אזוי שטייענדיג ברויך צו רוקן אין די טרעין, ווען סאיז שוין געווען אפס מקום און דער טיר וויל זיך פארמאכן , פרובירט זיך נאך אן אימיגראנטקע אריין צובאקומען אין א לעצטן שטופ. דאס האט שוין אויפגעברויזט דער רוהיגער נעיטיוו און ער רופט זיך אפ הויעך:

דו ווייסט, ס'איז נישט מענטשליך צו שטופן אנדערע?

וואס דען זאלעך טוהן איך דארף אנקומען צו די ארבעט?

בלייב אויף די פלאטפארם! נעם א טעקסי! גיי ארויס פריער פונדערהיים. מען שטופט נישט קיין מענטשן. ס'איז נישט מלחמה צייט.

אוי האב איך געקוואלן, וואו לערנט מען מיינע מלמדים און חברים כבוד האדם? כבוד פון דעם יחיד?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:43 am
דורך זאפטיג
געווען היינט צוזאמען מיט חסידים אין א פאבליק שטח.
איך וויל פרעגן אן ערנסטע שאלה
קען מיר איינער געבן צי פארשטיין פארוואס מען האט אינז נישט מחנך געווען אז מען טיט נישט גרעפסן און פלאצן אין פאבליק?!
פארוואס קען זיך דער מאדערנע מגולח איינהאלטן און די אנטשולדיגסט דיך ניטאמאל???

Re: נאך א מזל איך פאר נישט מיט חסידים אויף די טרעין

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:48 am
דורך נעגעל וואסער
זאפטיג האט געשריבן:געווען היינט צוזאמען מיט חסידים אין א פאבליק שטח.
איך וויל פרעגן אן ערנסטע שאלה
קען מיר איינער געבן צי פארשטיין פארוואס מען האט אינז נישט מחנך געווען אז מען טיט נישט גרעפסן און פלאצן אין פאבליק?!
פארוואס קען זיך דער מאדערנע מגולח איינהאלטן און די אנטשולדיגסט דיך ניטאמאל???

מען האלט הערשט א טאג נאך ג' אייר, געב עס אפאר טעג צייט ביז די מאגן שטילט זיך איין...

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:45 am
דורך קומזיץ
זאפטיג האט געשריבן:געווען היינט צוזאמען מיט חסידים אין א פאבליק שטח.
איך וויל פרעגן אן ערנסטע שאלה
קען מיר איינער געבן צי פארשטיין פארוואס מען האט אינז נישט מחנך געווען אז מען טיט נישט גרעפסן און פלאצן אין פאבליק?!
פארוואס קען זיך דער מאדערנע מגולח איינהאלטן און די אנטשולדיגסט דיך ניטאמאל???


א גרעבפס קען מען זיך נישט אנהאלטן אז עס קומט קומט עס, מען קען עס מאכן אביסל איידעלער,
עס איז לכאורה אנגעוואנדען אין די דיעטע פון די מענטש און די וועג ווי אזוי מען עסט ,
אפשר קען מען דאס פראבירען צו פארבעסערן

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2019 10:50 am
דורך זאפטיג
קומזיץ האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:געווען היינט צוזאמען מיט חסידים אין א פאבליק שטח.
?


א גרעבפס קען מען זיך נישט אנהאלטן אז עס קומט קומט עס, מען קען עס מאכן אביסל איידעלער,
עס איז לכאורה אנגעוואנדען אין די דיעטע פון די מענטש און די וועג ווי אזוי מען עסט ,
אפשר קען מען דאס פראבירען צו פארבעסערן


משום מה זעה איך נישט די מיט די קליינע קאפלעך און נעק טייס דאס טוהן. זיי האבן עפעס אן אנדערע סארט מאגן? עס קומט פון זאגן ויצמח פורקנה??
עס איז פשוט אז בשעת מען האט אינז געהייסן ווארפן עפעלעך אויף משה בער בעק תשעה באב אינדרויסן פון שערי חמלה האט מען זיי גלערנט דרך ארץ. דעטס אל
אינז זעמיר דירעקט ארויס פונעם דזונגעל

Re: נאך א מזל איך פאר נישט מיט חסידים אויף די טרעין

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2019 1:31 am
דורך לולקע באנוצער
זאפטיג האט געשריבן:אינז זעמיר דירעקט ארויס פונעם דזונגעל


שוין ארויס???

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2019 9:55 am
דורך זאפטיג
מאנכע זענען ארויס און מאנכע זענען שטעקן געבליבן