בלאט 1 פון 1
סאסובע רבי א נייע מאן דאמר אין די נושא פין גיוס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 2:39 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
נאום כבוד קדושת האדמו"ר מסאסוב בעצרת הענק בליקווד ארה"ב ביום שני השבוע
בהתאסף ראשי עם למעלה מאלף אברכים ובעלי בתים, בראשות הרבנים שליט"א
האדמו"ר הסביר בארוכה את כל השתלשלות חקיקת החוק, כמו כן תקף את התנהלות החכי"ם החרדיים בסוגיה,
הרבי שליט"א אמר, שהציג את ההסכם הקואלציוני של המפלגות החרדיות עם סיעת הליכוד בפני חמשה מחברי מועצת גדולי התורה, ואמרו לו שלא ראו את זה מעולם.
בהסכם זה נכתב במפורש, שהממשלה תפעל לעידוד מתגייסים חרדיים על ידי הקמת מסלולים.
כמו כן דאגו החכי"ם החרדיים בהסכם זה להגדלת הפיתויים למתגייסים בסך של למעלה ממליארד שקל בשנה!!!!
האדמו"ר טען שכל הפעילות של ההחזרה בתשובה של ארגונים מסויימים כמו קרן ההסעות, נועדה כדי לייצר מועמדים פוטנציאליים למילוי היעדים...
למרות הלחצים הרבים שהופעלו עליו, הרבי הגיע במסירות נפש ואמר שאינו נבהל מאיומים.
הרבי סיפר, שכבר כמה פעמים ניסו פושעי ישראל אלו העומדים אחר המאמצים לקדם את הגיוס, לקבוע את היארצייט שלו...
https://drive.google.com/file/d/1BFudda ... sp=sharing
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 4:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 7:24 pm
דורך גדליה
די ציוניסטען זאגען אז אויב דער סאסובער וועט נישט אויפהערען רודערען וועט ער האבן א סוף ווי העלבראנץ.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 7:26 pm
דורך גדליה
אין אנדערע נייַעס פרויבירט די מוסד נאכצוגיין ווען דעם רעבענס אויבערשטע קנעפל איז אפען. ס'איז אבער נישט מעגליך ווייל די רבי האלט זיין קנעפל הערמעטיש פארמאכט צוליב פחד פון א קויל.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: דיין תגובה באלאנגט אין שמייכל אפטיילונג...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
דער מוסד האט א קנאפע דאגה צי דער אויבערשטער קנעפל פונ'ם סאסוב'ע רבי איז אפן אדער פארמאכט. זיי האבן א סאך וויכטיגערע זאכן אויף זייער אגענדא. אפילו ווען די נטורי חרתא גייען צו אכמאדינידזשאד אדער דעם חסיד אומות העולם דעם הערר יאשקא פישער. דער דייטשער אויסערן מיניסטער. זיך צו באקלאגן אויף בנימן נתן יהוא אז ער גייט אקעגן די טאורראה...ליגט עס זיי אויך אין די לינקע פיאה. זייער תפקיד איז צו אוועקלייגן די פאטענציעלע קליינע און גרויסע המנ'ס. און דאס טוען זיי ב"ה ערפיללן מיט א פונקטליכקייט. למשל. זיי האבן לעצטנס אוועקגעלייגט אן איראנער נוקלעארן סייענטיסט וועלכער האט געארבעט אויף די איראנער אטאם באמבע. דורך צו באהעפטן א מאגנעטישע באמבע צו זיין קאר. זיי האבן עס דעליווערט פארנדיג מיט א מאטארסייקל. און ביי א רויטע לייט האבן זיי עס ארויפגעלייט אויפ'ן קאר פונ'ם סייענטיסט...און...ביי ביי...זיין קאר האט אויפגעפלאצט מיט איהם צוזאמען...! כן יאבדו כל אויבך , ה'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 8:22 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
ער איז דאך געוועהן נואם הכבוד ביים זאלי רבי לכבוד די הייליגע יו"ט פין די רבי מיט די טרעין
אפשר פארדעם האט ער זיך געדארפט אנרופן ווארעם אין די נושא
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 1:40 pm
דורך איסר האטלקי
ער רודערט שוין א שיינע פאר חדשים איבער גיוס, דריי חדשים צוריק האט ער אראנזשירט אן אסיפת הרבנים אין בני ברק בנוגע גיוס.
איך וואלט געטוישט קעפל צו 'אדמו''ר מקרייניץ א נייע מאן דאמר אין די נושא פון רבנים'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
פון וועלכע סאסובע רבי איז דער מדובר דא?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 3:53 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
איסר האטלקי האט געשריבן:ער רודערט שוין א שיינע פאר חדשים איבער גיוס, דריי חדשים צוריק האט ער אראנזשירט אן אסיפת הרבנים אין בני ברק בנוגע גיוס.
איך וואלט געטוישט קעפל צו 'אדמו''ר מקרייניץ א נייע מאן דאמר אין די נושא פון רבנים'
פאלט דיך נישט איין אז איך האב שוין אויך אראנזשירט דריי חדשים צוריק אן אסיפת הרבנים איבער די נושא פון רבנים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 6:19 pm
דורך סמבטיון
איך האב געהערט דעם דרשה, ער האט א פיסק אויף שרויפן, ער רעד מלא טעם, אבער האלט זיך דער חכם מכל אדם מילד גערעד.., נאך אפאר ליינס וואס איז מיר געפאלן, למשל ער האלט אינאיין איבערחזרן אז ער האט נישט מורא פון קיינעם, און ער וועט זאגן אלס וואס ער ווייסט, בתוך דבריו זאגט ער אז אויב וואלט ער דעס אין דעס געזאגט וואלט זיין יאהרצייט אויסגעקומען נאך פאר ר"ה. ווער פרעגט אים א דעה און ווער איז ער צו האבן בכלל א דעה? ער איז משוכנע אז מעגייט איבערשפילן זיין דרשה פאר צענדליגע טויזענטע מענטשן ?
קען איינער אריינקומען מיט מער פרטים איבער זיין לעבן און שאפן פונעם סאסובער צדיק?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 8:21 pm
דורך אדונינו
אלץ בחור בין איך געווען ביי אים א שבת אין גני תקוה, ער האט א דמיון שוין פאר יארן אז ער פירט כלל ישראל, ביי אלע זיינע חתונות רופט ער מאיר אדלער, יעקב דאסקאל, און מקהלת וויזניץ, אזוי שפירט ער (אין דמיון) ווי ער פירט פאר טויזנטער מענטשן, ער האט אפאר צובראכענע בחורים וואס דרייען זיך ביי אים, ממילא האלט ער זיך פאר מחנך הדור (ער האט דאך למעשה די זעלבע צאל פראבלאמטישע בחורים ווי די גרעסטע ישיבות) ער רעדט כסדר פון זיך ווי זיין הארץ ארבעט בדרך נס וכו׳ מיט זיינע אויפטואונגען, ער מאכט פון מאל צו מאל טייערע דינערס (עיין ביו-טוב) חוץ פון דעם הערט מען כמעט נישט פון אים, די לעצטיגע גיוס שטיק האט ער אנגעהויבן ע״פ עצת החכם מבוהוש, אז פאר זיין סייז ישיבה לוינט זיך צו שפילן קנאי, לכאורה קומט א העפטיגע קאמפיין פאר ״רשת מוסדות סאסוב על טהרת הק***״ בנשיאות הקנאי המפורסם וכו׳...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
איך קען נישט דעם הייליגן סאסוב'ע רעבי'ן שליט"א און זיינע אויפטוען בענייני קנאות. איין זאך איז זיכער אז דער מוסד אינטרעסירט זייער ווייניג וואספארא קוגל דער סאסוב'ע רבי עסט. און צי זיין אויבערשטע קנעפל פון העמעד איז אפן אדער פארמאכט. מכח קל וחומר. ווייל אפילו אויף די נטורי חרתא וואס רודערן א סאך מער ארום קוקן זיי זיך נישט אום. זעהמיר דאך פון דעים אז זיי זענען נישט אזעלכע רשעים ווי מ'ווילל זיי אראפמאלן. זיי זענען נישט פארנומען מיט אט די קליינליכע שטותים. זיי גייען נאך די אמת'ע קליינע און גרויסע המנ'ס...! די אידישע בחורים שטעללן איין זייער לעבן אוועקצולייגן אט די פאטענציעלע המנ'ס נאך פאר זיי ווערן שעדליך, ח"ו...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 8:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:פון וועלכע סאסובע רבי איז דער מדובר דא?
נישט הרב שמחה רובין זצ"ל, וואס איז געווען א גומל חסדים בגופו ממש, און א קנאי אז מ'זאל שווייגן ביי דאווענען און נישט קויפן דעם דזשואיש קראניקעל. ער האט נעבעך נישט געקענט רעדן קלאר, ממש ווי משה רבינו בשעתו. אבער דאס האט אים פון גארנישט צוריקגעהאלטן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 1:44 am
דורך קפה נמס
קומט יעצט אריין אז כ"ק מ'פארשעי שליט"א האט זיך שטארק באדאנקט פאר'ן סאסוב'ער רבי'ן פאר'ן לוחם זיין אויף די געפערליכע גזירה מיט אזא מסירות נפש זיך אויסדרוקנדיג "אנן מהכא ואתון מהתם צוזאמען וועלן מיר מרעיש זיין עולמות און אונז זאל מיר זוכה זיין עומד צו זיין בראש המערכה ביז משיח'ס טאג". עכלה"ק.
ברוך שמסר עולמו לשומרים !
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 10:05 am
דורך א פשוטע איד
טיט ער ווייניגער אויף ווי די צוויי גרויסער כינוסים וואס די אחים הקדושים האבען צאם גערופען?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 11:06 am
דורך berlbalaguleh
יהודי פשוט: דער כינוס פונ'ם עלטער'ן ברודער שליט"א האטציך בכלל נישט באשעפטיגט מיט די נושא פו גיוס אזוי ווי זיי וויללן עס אראפלייגן...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 11:13 am
דורך נקודת-אמת
על אפם ועל חמתם של מרנן הגאונים הצדיקים מסאסוב וקרייניץ (כזכור האדמו"ר מקרייניץ הוא נשיא המועצת של האוטונומיה החרדית שבעיה"ק ירושלים)
האריך היום בית המשפט העליון שבירושלים בשבתו כבג"ץ
את תקופת הזמן שקבע לפקיעתם של תיקון 20 ו21 לחוק שירות ביטחון
געוואלד!!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 12:22 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: ביטע זיי מפרש פאר אונז פשוטי עם וואס דאס מיינט. יא גיוס. אדער נישט גיוס. ווייל די אנשי זאלונים שי' גייען ארויס פון די כלים צו קענען אויפווייזן אז זייערע אסיפות און די מיליאנען וואס זיי האבן געגעבן פאר די ארץ ישראל'דיגע עסקנים האבן געהאלפן אפשרייען די גזירת הגיוס (אפילו אויף ביז דערווייל) פון די רשעי הציונים...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 2:48 pm
דורך נקודת-אמת
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ביטע זיי מפרש פאר אונז פשוטי עם וואס דאס מיינט.
נעכטן ביינאכט, מוצש"ק וישב יומא דהילולא קמא פון רשכבאר"י הגראי"ל שטיינערמאן זצ"ל אום 12:00 א זייגער אויף דער נאכט
איז אויסגעלאפן די באשטומטע צייט וואס די בג"ץ האט געגעבן פאר די רעגירונג צו פלאנירן א נייעם געזעץ
וואס וועט מסדר זיין די מעמד פון בני הישיבות בארץ הקודש אויף אן אופן וואס וועט שטימען מיט די הייליגער
פרינצעבל אויף קוואליטימשך ערך פון 15 שעה זענען די יודען החרדים לדבר ה' אין ארץ ישראל געזעצן און האבן נישט געוואוסט מה ילד יום
אבער ב"ה ארום 3 א זייגער נאכמיטאג האט מען פארלענגערט דאס דעד ליין מיט נאך אנדערטהאלבן מאנאטן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 4:02 pm
דורך טאמבל סאס
סאסובער רבי האב איך שוין פונלאנג געהערט אלס א גרויסער פאץ. א צאל מענטשן האבן מיר געזאגט אז ער איז פארמאגט א שם צו רעקאמענדירן מענטשן גענצליך אפצוהאקן מיט זייערע נאנטע פאמיליע מיטגלידער אין די איווענט פון א לייף-סטייל טשעינדזש - נו א טרייב מענטאליטי..
די אויסגעשפיצטע נאראנים אין ישיבה האב איך געקענט פאר שטארקע פארעהרער פון סאסובער רבי.
ווען מען קוקט אויף אים זעהט מען א רויטע פנים ווי ביי די מגדלי חזירים און די שותי יין. און זיין פנים זאגט עדות אז ער האט נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף בל תוסיף, חלילה איינס מער פון די תעניתים וואס די תורה הייסט.
ער האט אזויפיל קינדער געמאכט אז ס'וואונדערט זיך ווי ער האט נאך פארבליבן אזויפיל צייט צוטוהן די צדקה וחסד וואס מען באשולדיגט אים אין.
Re: סאסובע רבי א נייע מאן דאמר אין די נושא פין גיוס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:30 pm
דורך גראף
איז ער לאקעיטיד אין בני ברק?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 7:03 pm
דורך אדונינו
גראף האט געשריבן:איז ער לאקעיטיד אין בני ברק?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גני תקוה, 10 מינוט פון בני ברק.