בלאט 1 פון 4

חרדים אנוסים - לעבן א דאפלטע לעבן

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 9:55 am
דורך קרעקער
די איזראעילי טעלעווישאן האט א לאנגע פילם וועגן פרומע יודן, רבנים און רעביצינס וואס לעבן א דאפלטע לעבן, בייטאג אנגעטון מיט שמונה בגדים, ביינאכט גייען אין בארס מיט חילונ'ישע קליידער און טוען אלע עבירות שבתורה.

http://kikarhashuk.com/news/news1/anusim

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:31 am
דורך קרעקער
איך האבעס ארויפגעברענגט נאכען זען אז סאיז אויך אין בחדרי חדרים
דארט איז דא א לאנגע דין ודברים איבער דעם
אפאר טענהנן אז סאיז כפירה אבער אנדערע מענטשען זאגען אז מדארף וויסען אז סאיז דא אזא זאך אינעם היימישען ציביר
די הנהלה דא זאל מחליט זיין אויב זיי ווילען עס לאזען אדער אראפנעמען

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:56 am
דורך real jew
I just finished listening to the entire clip, is this real?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:08 pm
דורך עדיוקעטעט
http://kikarhashuk.com/news/news1/anusim/


?Anyway I can listen to this on a iPhone

ענטפער צו קרעקער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
דער נאמען פון די איזראעלי "טוויטער" איז נישט בחדרי חדרים נאר בחדרי חרדים. אין אמעריקע איז "חרדים" נישט קיין אייטעם. אבער אין מדינת ישראל יא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:12 am
דורך טראכט
קרעקער האט געשריבן:די איזרעילי טעלעווישאן האט א לאנגע פילעם וועגען פרימע יודעם רבנים אין רעביצינס ואס לעבען א דאפעלטע לעבען בייטאג אנגעטין מיט שמנה בגדים ביינאכט גייען אין בארס מיט חילונישע קליידער אין טיען אלע עבירות שבתורה

http://kikarhashuk.com/news/news1/anusim/

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

ווען איך פראביר עס צו עפענען קימט דאס ארויף The requested URL /news/news1/anusim/ was not found on this server.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:26 am
דורך No_name
קוקט אויס אמת דיג אין מיינע אויגן.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 5:17 pm
דורך לעיקוואד
א נייע מאמר פון טלי פרקש אין וויינעט וועגן רבנים וואס האבען פארלוירען זייערע אמונה, און דאך בלייבען זיי רבנים.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4404888,00.html

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:17 pm
דורך הוגה
לעיקוואד האט געשריבן:א נייע מאמר פון טלי פרקש אין וויינעט וועגן רבנים וואס האבען פארלוירען זייערע אמונה, און דאך בלייבען זיי רבנים.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4404888,00.html


דאס איז זייער אן אינטערעסאנטע שטודיע. איך האב א פילינג אז יותר ממה שקראתי שם וועט נאך נתגלה ווערן אין די נאנטע צוקונפט. דער ארטיקל ברענגט נענטער [tag]שלום דין[/tag]'ס נעכטיגע תגובה.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:34 pm
דורך אבגד
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז [tag]הוגה[/tag] איז די ערשטע ניק פון שלום דין???? :roll: :roll: :oops: :oops:

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:39 pm
דורך טאמבל סאס
אריין אין 'בין איך דער איינציגסטער' אשכול.
אדער בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט, אז ס'קוקט אויס ווי ביסט אויסן צו כאפן הוגה ביים ווארט, אדער לערנען א בלק. בבח' לא זו אף זו.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:45 pm
דורך אבגד
[tag]טאמבל סאס[/tag]
נאך א מזל דו האסט מיר נישט געגעבן קיין לייק, ווייל אזוי ווייס איך כאטש אז קען זיין איך האב נישט קיין לעכערליכע דעת :lol: :lol:

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:55 pm
דורך טאמבל סאס
ס'מיינט אז פאנני איז עס אויך נישט! לעכערליך אפגערעדט. ;)
און כ'שטיי דא, נעקסט צו דיר. (פאר דיר) כ'בין נישט זיכער אז ס'פעהלט אויס צו טעגן, און מיר אנשטעקן מיט דיינע לעכערליכע טעגס אין פרטית.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:58 pm
דורך אבגד
נעקסט צו דיר שטיי איך נישט ווייל פון די מענטשען ווי עס ווייזט זיך אין דיין בילד שטיי איך ווייט.
זעהט אויס רעדן צו דיר זאל איך אויך נישט, גע׳פועל׳ט...

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:08 pm
דורך טאמבל סאס
העי טעיק איט איזי. וואס מאכסטו? קום אריין, מאך דיך היימיש. נעם א טרונק. איך האב גארנישט חלילה געמיינט. איך גיי דיך נישט פארגוואלדיקן. יא, איך פארשטיי דיין ווערטל בנוגע הוגה. מסתמא האסטו געמיינט צוזאגן אז ער איז אויך אפשר צווישן די באהאלטענע שלום דינ'ס. אקעי גגגגוט... :) אבער פליז סטאפ נישט רעדן צו מיר.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:53 pm
דורך סאו וואט
וואס דארף מען מער פון דעם ווי הרב דוד אסף זז"ג האט שוין באשריבען ווי ר' יצחק נחום טווערסקי ז"ל משפיקוב חתן רבי ישכר דוב מבעלזא ז"ל
האט געלעבט א דאבעל לייף. און רעד זיך אויס למשכיל אחד, ווי משוגע חסידים זענען.
ביסיידס, וואס לפענ"ד כמעט אלע רעביס און בפרט יונגערע רעביש אייניקלעך וואס האבען גע'נאש'ט אלטע לשון הרע'ס (וואס ברבים טאר מען נישט פארציילען)
זיי אלע לעבן א דאבעל לייף, ס'איז זייער נארמאל היינט, איך קוק עס נישט אן ווי א חידוש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
כ'ווייס נישט, ס'האט אפשר צו טון מיט'ן נאמען. למשל, לוזער (תרתי משמע) טווערסקי - נישט אז ס'איז צו פארגלייכן, ווייל דער צווייטער איז א טיפש איום ונורא און בכלל נישט קיין טיעפער דענקער, פארקערט, ער איז צוגעקומען צום מצב פון או. טי. די. צוליב זיין טיפשות און פלאכקייט. לדוגמא, איינס פון זיינע טיפזיניגע מאמרים איז אז ר'איז ברוגז אויף זיינע עלטערן אז זיי האבן איהם צוריקגעהאלטן פון אזא גוטע זאך ווי עסן חזיר. נאך א שארפזיניגער מאמר החכם, אז צוליב דעם אליינס אז ער קען גיין מיט אראנדזשע סליפערס האטצעך געלוינט צו ווערן או. טי. די.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:48 pm
דורך קרעקער
איבער די שאלה פון רבישע קינדער וואס פארען אפ? מסתמא איז נישט פערצענטועל מער אבער סדא א סברא אז זיי זעעהן און האלטען מיט די קרעפ טאג און נאכט פון זייערע טאטעס און זיידעס רביס וואס יעדער מיינט אז זיי פליען אין הימעל און ער זעהט אז זיי זענען פאלנע ליצים און ליידיגייערס און צומאל אויכט בעלי עבירה טראכט ער אזוי אויך גאנצ יודישקייט און לאזט אלעס איבער

צווישען די 45 גטין דעם זומער ווייס איך 2 פון זיי
איינע פרומע יונגעמאן מיט א שטיב מיט קינדער זוהן אייניקעל פון דור אחר דור חסידישע רביס וואס איז געווארען א כופר גמור און אלעס איבערגעלאזט
א צווייטע יונגעמאן אויכט א אייניקעל פון די גרעסטע רביס האט זיך געגט אפאהר חדשים נאך זיין חתונה נאכען זיין אויפען אינטערנעט א גאנץ שבת
ביידע מעשיות איז געווען דעם זומער
מסתמא איז דא נאך דע 2 קען איך פערזענדליך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:55 pm
דורך בויטשיק
דא איז עס אין אידיש פון בעולמם של חרדים.

א בריוו פון עקיבא וויינגארטן.

איך קען דעם ישראל שוין אסאך יארן, מיר האבן געארבעט צוזאמען אלס משגיחים רוחניים אין איינע פון די ישיבות פאר בחורים וואס פאלן אוועק. מיר האבן ביידע איבערגעלאזט די ארבעט אין די זעלבע צייט. איך צוליב צו ווייניג געהאלט, און ער וועגן זיין אמונה. ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט מאראליש אויסגעהאלטן פאר אים עוסק צו זיין אין עפעס וואס ער גלייבט נישט דערין.

איך שטרייך נאר אונטער דעם פרט, כדי מ'זאל וויסן פון וועמען ס'האנדלט זיך. ער איז נישט קיין כוליגאן, ער איז נישט קיין בעל תאווה'ניק, און ער איז אויך נישט גלייך צו קיינעם פון די וואס האבן געמאכט א ענליכע שריט. (און ס'איז מיר אויסגעקומען צו באקענען אסאך אזעלכע) ווייניג אין זיין עלטער קענען זיך פארמעסטן מיט זיין בקיאות נפלא און אויסערגעווענליכע וויסענשאפט אין יעדן תחום. ס'רעדט זיך דא פון א תלמוד חכם עצום אין יעדן הינזיכט. ס'איז כמעט נישט דא קיין פעלד אין וועלכע ער האט נישט קיין באקאנטשאפט.

אין די לעצטע פאר יאר האט ער זיך מתפרנס געווען פון פירן טוריסטן, נאכוואס ער האט געארבעט ביי עטליכע פלעצער. אבער זיין דעגרי אין סייקא-טערעפי האט ער גענצליך איבערגעלאזט כאטש ער וואלט שיין געקענט מאכן א לעבן דערפון. איך האב אים אמאל געפרעגט פארוואס, האט ער מיר מסביר געווען אז ער האלט ס'איז א פראבלעם פון 'אויספאפן' ווייל ער ווייסט פארוואס די עלטערן צאלן אים, צו ארבעטן מיט די בחורים, אבער וויבאלד ער אליין גלייבט נישט דערין, קען ער נישט ארבעטן דערמיט.

קעגן מיין מורא'דיגע שעצע וואס איך שפיר צו ישראל, פיהל איך דאס פארקערטע "א נידערטרעכטיגקייט" קעגן אזעלכע פארשוינען וואס זאגן אז די 'מיליטער' האט אים קאליע געמאכט. ישראל'ן קען קיינער נישט 'קאליע' מאכן. און זיכער נישט מיט ביליגע דעמאגאגיע און שפעטערייען. ער איז זייער א טיפע מענטש וואס לאזט נישט דורך קיין זאך ביזן דערגיין די טיפקייט דערפון.

מיין טייער ידיד איז אריבער א שווערע לאנגע אדורכגאנג, איך געדענק גוט אלע זיינע מצבים, און ס'איז נישט געווען קיינער וואס האט אזוי שווער אנגענומען ווי מיר, ווען ער האט אנגעהויבן פארלירן זיין אמונה. סתם איינער וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין. ער איז געווען א זיידענע אינגערמאנטשיק וואס איז געזיצן און געלערנט תורה יומם ולילה. אויף אים קען מען זאגן אז ער איז ווי די אמאליגע משכילים במלוא מובן המילה צו גוטן און צו שלעכטן. אבער צוזאגן אז דאס איז א באשלוס וואס ער האט געמאכט איבערנאכט איז פשוט נישט אמת.

ס'טוט מיר זייער וויי אז ער האט גענומען דעם שריט, און אנדערש ווי יעדעם ווייס איך כאטשיג ביי מיר אז ער האט עס געמאכט מיטן פוהלן באוואוסטזיין,און רוהיגע געוויסן, אז דאס איז די ריכטיגע שריט צוטוהן. און כאטש איך בין נישט איינשטימיג דערמיט, און ער ווייסט דאס, קען איך מיר אבער נישט פארהוילן פונעם פאקט, אז נישט "לייכטזיניגקייט" אדער "גאווה" און זיכער נישט א "רצון צו תאוות" האבן אים פארדארבן.
ער איז אן אדורכגעטראכטע מענטש, וואס האט גוט גענומען אין באטראכט אלע אספעקטן פאר'ן טוהן וואס ער האט געטאן, און גענומען אין חשבון די פערזענליכע פרייז וואס ער וועט דארפן באצאלן דערפאר.

מ'פרובירט יעצט צו שיקן אלע סארט עסקנים רעדן צו אים, כאילו ער האט עס נישט 'אליין' געטוהן ביז היינט. ער איז געגאנגען איבעראל וואו ער האט נאר געהערט אז עמיצער קען אים העלפן. אפגעזיצן ביי אויסגערופענע רבנים און דיינים כדי נאכצופארשן און דערגיין דעם אמת. אלזא אויב טראכט עמיצער אז עפעס א "שמועס" פון א קליינטשיג עסקנ'ל וואס האט נישט געעפנט קיין ספר אין לעבן וועט אים עטוואס טוישן במשהו, מאכט יענער א גרויסן טעות. אבער ישראל ווי א וואויל קינד ,גייט און הערט אויס, און איז מכבד, און רעדט נאך, מיט יעדער - וואס מען איז אים מציע צו רעדן.

ווער ס'האט אפגעמאכט צו פארשפרייטן די מעשה ברבים האט געטוהן א גרויסע שטות און א רשעות אינאיינעם. די זאכן וועלן אויף קיין רגע נישט טוישן אדער דערשרעקן ישראל. פארגאנגענע וואך ווען אונז האבן גערעדט, האט ער גאנץ גוט פאראויסגעזען וואס ס'וועט פאסירן און וואס ס'קען ארויסקומען פון דעם. ער גלייבט נאך אלץ אז וואס ער האט געטוהן איז א ריכטיגע החלטה געווען. ער איז דאס מסביר שיינערהייט מיט א אנגענעמע שפראך, ווער עס וויל זיך אראפזעצן מיט אים קען זיך דאס אליינס איבערצייגן.

יעדנספאל, וואלט איך נישט געראטן די קליינטשיגע עסקנים'לעך צו פרובן משפיע זיין אויף אים, ווייל ער וועט זיי "אויפעסן פאר פרישטאג". און כ'האב מורא אז ער וועט מצליח זיין זיי צו פארדארבן מער וויפיל זיי וועלן מצליח זיין אים צוריקצוברענגען. נישט אז ער האט א אינטערעסע מיטצושלעפן אנדערע, אבער אויב וועט מען אריינגיין מיט אים אין א ערנסטע שמועס, איז קלאר אז דאס וועט פאסירן.

די דאזיגע שורות שרייב איך מיט א שטארקע צער און ווייטאג. וואס ס'באדערט מיך די מערסטע נאך איז אז מ'פארגיסט אומשולדיג בלוט פון אזא גוטע חבר מיינער, און מ'איז אזוי מזלזל אין מענטשנ'ס אינטעליגענץ. נאך א מזל אז מ'האט וועם צו באשולדיגן... "די מיליטער"! א שאד אז מ'האט נישט צוגעלייגט אויך דער פאקט אז אז ער האט נישט קיין כשר'ע טעלעפאן, אפענע אינטערנעט, און ער גייט מיט א בלויע העמד.

צום שלוס, צו אלע וואס מיינען אז זיין בלוט איז הפקר. טראכט'ס גוט אריין אויב וואס איר רעדט און טייפט איז דער רצון השם. און אויב נישט, זאלט איר אייך בעסער אנפוהלן א מויל מיט וואסער, און דאס איבריגע אויסשפייען אויפ'ן קיבאורד. ווייל גלייבט'ס מיר, איר האט נישט קיין בלאסן אהנונג איבער וואס ס'רעדט זיך דא..!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:55 pm
דורך אביגדור
מיר בעטן א ספעציעלע תפילה יעדן אינדערפרי "והערב נא". אז דאס לעבן פון תורה זאל זיין זיס.

דאס אז מענטשן זענען נישט צעפרידן דארט ווי מען האט זיי אריינגעשטעלט, האט נישט דוקא מיט אידישקייט אדער מיט חרדי/חסידי צו טוהן. דאס איז ביי די גויים פונקט ווי ביי די אידן, און ביי די פרייע אז זיי ווילן זיך אביסל פארפרומענען.

מען דארף נאר האפן אז אויב איז אונזער ווערסיע פון חרדיזם דאס ריכטיגע, זאל מען פילן א זיסקייט דערין און נישט מוזן דורכשוויצן באהאלטענערהייט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:54 pm
דורך בעריש
סאו וואט האט געשריבן:וואס דארף מען מער פון דעם ווי הרב דוד אסף זז"ג האט שוין באשריבען ווי ר' יצחק נחום טווערסקי ז"ל משפיקוב חתן רבי ישכר דוב מבעלזא ז"ל
האט געלעבט א דאבעל לייף. און רעד זיך אויס למשכיל אחד, ווי משוגע חסידים זענען.

א דאבל לייף? חס מלהזכיר
דאס גאנצע וואס ס'איז דא איז א בריוו פון אים אלץ 17 יעריגער בחור און אויך נאר איבער די שמרנות פון בעלזא.
ער האט נאך דערנאך געלעבט איבער 30 יאר אלץ ירא ושלם ביזן אומקומען עקד"ה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:13 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז א דבר ידוע (ליודעי דבר) אז רי"נ טווערסקי האט זיך א סאך געוואקלט און געהאט עליות וירידות אין אמונה. שוין נאכ'ן צוריקקומען. געווען תקופות וואס ר'איז געווען אן אמת'ער בעל תשובה (חוזר בתשובה) . און נאכדעים א חוזר בשאלה. אזוי עטליכע מאל. נאר די שמרנות און "קפידות" פון בעלזא האבן נישט צוגעהאלפן צו זיין מצב.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:20 pm
דורך בעריש
דבר ידוע?
וואס הייסט נאכן צוריקקומען?