בלאט 1 פון 1

איך בין נישט...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 6:35 pm
דורך מיימון
איך בין נישט קיין סאטמארער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די כ"א כסליו חגאות.

אבער איך בין אויך נישט קיין אמעריקאנער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי קיין ספארט געימס.

איך בין נישט קיין רעליגיעזער מענטש דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אין שול.

אבער איך בין אויך נישט קיין O.T.D. דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי פוטסטעפס.

איך בין נישט קיין פארהייראטער מאן דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אינדערהיים.

אבער איך בין אויך נישט קיין גרוש (און נישט קיין בחור) דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די ארגאניזאציעס פאר זיי.

איך בין נישט קיין מאמין אין קבלה אדער חסידות דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי ר׳ מאטל זילבער.

אבער איך בין אויך נישט קיין פארבלאנדזשעטע נשמה דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די קירוב גרופעס.

איך בין נישט קיין אויבערפלעכליכער מענטש דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ צו פארברענגען מיט סתם געווענליכע יונגעלייט.

אבער איך בין אויך נישט קיין באגאבטער קאווע שטיבל שרייבער און דענקער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די עליט סאסייעטי.

איך בין נישט קיין משוגענער דעריבער געפין איך זיך נישט אין שפיטאל.

אבער איך בין אויך נישט קיין נארמאלער מענטש דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ צווישן מענטשן.

איך בין נישט קיין ברסלבער אדער דראג עדיקט דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אין אומאן.

און איך בין נישט קיין חב"דסקער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אין 770.

איך בין נישט קיין קילער יונג דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי פענסי גרילס.

אבער איך בין אויך נישט קיין כעניאק דעריבער גיי איך נישט אין מקוה.

איך בין נישט קיין איד דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אויפן עולם הבא.

אבער איך בין אויך נישט קיין גוי דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אויף דעם וועלט.

דערפאר שפאציר איך מיך יעצט דא ארום איינער אליין אין די פינסטערע גאסן בשעת אלע אידן זענען אין שול און זינגען לכו נרננה.

א גוט שבת.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 6:50 pm
דורך קורקלענד
זאג וואס דו ביסט יא...........

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 6:56 pm
דורך אישתישבי
שוין. ברוך השם ער געפינט זיך דאס פלאץ אויף קאווע שטיבל.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:46 pm
דורך berlbalaguleh
מיימון: איך מיין אז ס'וואלט בעסער געווען ווען דו ביסט א גאלדפיש. און דו שווימסט ארום אין א טאנק. האסטו כאטש א בעה"ב וואס זארגט זיך 2 מאל א טאג דיר צו געבן עסן. און אויסרייניגן דיין טאנק.אבער דער אייבישטער האט דיך באשאפן אלס מענטש מיט א מח און שכל צו טראכטן. און כאטש דו גלייבסט נישט אין איהם/איהר (כדבריך) דאך איז ער א זן ומפרנס. דאס מוז דיך בעל כרחך מאכן פאר א מאמין...!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 9:02 pm
דורך קומזיץ
אלעס שטימט , אבער איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען איז נישט קיין יוד אין נישט קיין גוי?
אפשר א גר אדער א משומד

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 10:51 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 1:32 am
דורך שמעון וואלף
כ'מיין אז אין לב טהור פיטסטי נאך אריין. שוין געטרייט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 1:26 pm
דורך יעקב מענטש
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'מיין אז אין לב טהור פיטסטי נאך אריין. שוין געטרייט?

פעלט 2 ליינס.

איך זוך א שידוך מיט איינעם מיין יארגאנג באלאנג איך נישט צו לב טהור

אבער איך עס נישט קיין אייער במילא באלאנג איך נישט צווישן נארמאלע מענטשען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 11:47 am
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:זאג וואס דו ביסט יא...........

homosapian

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 1:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די סיבה פארוואס געזעלשאפט שפייט אויס קלוגע מענטשן איז ווייל זיי זאגן זאכן וואס מענטשן ווילן נישט הערן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 2:47 pm
דורך גדליה
צרת רבים חצי נחמה
איך בין אויך נישט )-:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 3:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לישנא אחרינא: צרת רבים נחמת טפשים, והיא יותר נכון.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 11:12 pm
דורך יאסל ראקאווער
ער איז גארנישט. אבער איין זאך איז ער, ער איז א "איך". ער וועט דעם איך האלטען פארשפארט און פארפרעמדט ווייל די איך וויל אזוי. אנשטאט א שאקל טאן דעים איך און אים לאזען זיין כאחד האדם און מיט צייט וועט די איך באקומען א צורת אנוש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:28 pm
דורך מי אני
און דורך דעם אליינס איז מען זיך מתדמה לקונו: מען קען נאר געהעריג מגדיר זיין וואס מען איז ״נישט״ ווי איידער וואס מען איז ״יא״.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:05 pm
דורך דוראק
זע מורה נבוכים ח״א קאַפּיטל ס:
הנח שאיש אחד התאמת לו שהספינה נמצאת ולא ידע זה השם על מה הוא נופל אם על עצם אחד או על מקרה? ואחר כך התבאר לאיש אחר שאינה מקרה; ואחר כך התבאר לאיש אחר שאינה מחצב; ואחר כך התבאר לאחר שאינה בעל חיים; ואחר כך התבאר לאחר שאינה צמח מחובר לארץ; ואחר כך התבאר לאחר שאינה גוף אחד מחובר חיבור טבעי; ואחר כך התבאר לאחר שאינה בעלת צורה שטוחה כקרשים והדלתות; ואחר כך התבאר לאחר שאינה כדור; ואחר כך התבאר לאחר שאינה חדודית והתבאר לאחר שאינה עגולה ולא בעלת צלעות שוות והתבאר לאחר שאינה מקשה - הנה הוא מבואר שזה האחרון כמעט שהגיע לציור הספינה כפי מה שהיא באלו התארים השוללים וכאילו הושוה למי שצירה שהיא גשם מעץ חלול ארוך מחובר מעצים רבים אשר כבר צירה בתארי החיוב. אמנם הקודמים אשר המשלנו בהם כל אחד מהם יותר רחוק מציור הספינה מאשר אחריו עד שהראשון במשלנו לא ידע רק השם לבד:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:10 am
דורך מי אני
עס איז טאקע אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז לגבי די פראבלעם פון אינדיווידוּעישאן און וואס מאכט א זאך באזונדער און פרטי פון די אנדערע זאכן אין איר קלאס וואס זענען פון איר מין, האט הענרי פון גהענט טאקע געהאלטן אז דאס ארבעט דורך צוויי נעגעישאנס דוקא: דאס וואס עס איז נישט ווי די אנדערע זאכן אין איר מין, און דאס וואס מען קען עס נישט ווייטער צוטיילן און מפרט זיין בתוך אותו הפרט.

דאנס סקאטוס האט זיך געדינגען דערויף, בתוך זיין אויפטוה פון העקסעיאיטי. ווייל דאס איז דאך וואס מיר ווילן פארשטיין: וואס איז טאקע דאס וואס מאכט עס אנדערש און נישט ווי די אנדערע זאכן בתוך מינה? הגם ער האט אויך געהאלטן אז דאס העקסעיאיטי פון א זאך, דאס מעטאפיזישע חלק/באשטיינדל פון א זאך וואס מאכט איר יוּניִק, אפגעטיילט, און באזונדער פון די אנדערע זאכן בתוך מינה, איז עפעס וואס מיר ״קענען נישט געהעריג משיג זיין״ - מ׳באגרייפט דאס נאר אינטוּאיטיווליִ.