בלאט 1 פון 4

נייע סידיס

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:21 am
דורך zurich
וועלכע גיטע טעיפ קימט ארויס היי יאר פאר ט"ו באב?
אפשר אייזיק האניג??

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:56 am
דורך שמואל הלוי
ס'הייסט שוין א גאנץ יאר אז צאלי גאלד קומט ארויס מיט א סידי, איינער ווייסט וואס ס'איז געווארן?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:29 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:13 pm
דורך town1
dirsh.jpg

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:47 am
דורך לעמיל
די טעג ווערן צוכאפט אין די געשעפטן די נייע אויפגעכאפטע טעיפ עתיקא קדישא 5- ימים נוראים, געזונגען דורך דעם וועלט-באקאנטן הרה"ח ר' ירמי' דמן אויף נוסח פין ימים נוראים וואס זיין טאטע האט אזוי געזינגען. עס איז עפעס הערליך.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:57 pm
דורך קווארטין
אז ס'איז הערליך דאן קען מען רעדן פון עס אנייהאנדלען. אינטערעסאנט, ער האט דאכטזיכמיר נאכנישט ארויסגעגעבן אויף ראש השנה, די נאכפראגע אויף א שיינעם ר"ה מוסף נוסח איז היבש גרויס, ס'וואלט שיין געווען צו הערן א ר"ה דאוואנען פון ר' ירמיהו'ן. שוין לאמיר גיין איינהאנדלען דעם היצטיגן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:16 am
דורך חאצקל
עטץ רעדטץ נאר פון ר' ירמי' דאמען און דער אפעטיט קומט מיר ארויף. איך בין פארליבט אויף זיין שטימע און זינגען ווי אויף א באליבטע פרוי אז איך קען אויסזינגען גאנץ שיר השירים פאר זיין שטימע. ביי מיר איז ער דער מלך המנגנים. ער איז טאקע נישט אזא עקטער ווי א סך היינטיגע נייע זינגערס, און ער זינגט אפשר נישט אזוי פראפעשנל ווי זיי, אבער ער איז זיס לאין קץ, ער צוגיסט זיך אין די ביינער. עד כאן איז מיי טעיסט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:25 am
דורך חאצקל
חול המועד פסח איז געווען אן אינטערוויו אין דעם חרדישן ראדיו סטעישן קול ברמה אין בני ברק מיט יוסי גיל, וואו עס האבן זיך באטייליגט מונה, לאופר, דיקמאן (דער עילוי אין מוזיק)און שוע פריד און נאך, ווען כסדר האבן אריין גערופן זינגער ווי מבד און פריד און נאך, און ראה זה חדש, אויך אייזיק האניג האט אריין גערופן און גערעדט נאר אין אידיש, יוסי גיל און לאופר (אן אנטווערפענער ממקור) האבן גערעדט צו אים אין אידיש און גיל האט איבערגעטייטשט אין עיברית.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:21 pm
דורך מ גפני
און וואס טוט זיך מיט שלומי דאסקאל'ס נייע סידי?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:05 am
דורך חאצקל
געהרט א פריוויו פון עתיקא קדישא 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטן ר' ירמי' סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:37 am
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:געהרט א פריוויו פון עץירא קדישה 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטע ר' ירמי' א סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

אינטערעסאנט, מזאגט אז ס'איז עפעס ספעציעל...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:24 pm
דורך gehlungen
טעפל האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:געהרט א פריוויו פון עץירא קדישה 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטע ר' ירמי' א סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

אינטערעסאנט, מזאגט אז ס'איז עפעס ספעציעל...

WELL "al tam vereiach ein lehisvekeiach"

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:43 am
דורך חאצקל
טעפל האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:געהרט א פריוויו פון עץירא קדישה 5. איך האב ערוואטעט פון מיין באליבטע ר' ירמי' א סך א בעסערע דזשאב (א שטייגער ווי רזא דשבת אויפן חזנות טיש סידי וואס נעמט כסדר איבער מיינע געפילן). מעגליך אז די מוזיק מאכט קאליע.

אינטערעסאנט, מזאגט אז ס'איז עפעס ספעציעל...


איך האב נאר געהערט א פריוויו. מעגליך אז די זאך אלייין איז יא מורה'דיג גוט

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:06 am
דורך טעפל
בעצם ווי קומט מוזיק צו נוסח????

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:24 pm
דורך חאצקל
טעפל האט געשריבן:בעצם ווי קומט מוזיק צו נוסח????

דאס איז איינע פון די פראבלעמען מיט דעם סידי, ס'דא צופיל מוזיק (און אויך נישט אזוי אטענטיש געאייגנט פאר נוסח

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:40 pm
דורך טעלעפאן
שאולי וואלדנער

וועט זיין עוועילעבל דינסטאג אין געשעפטן

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז שאולי וואלדנער? זיין ערשטע סידי?

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:05 pm
דורך יידל
טעלעפאן האט געשריבן:שאולי וואלדנער

וועט זיין עוועילעבל דינסטאג אין געשעפטן

וואו קען מען קויפן אנליין א דאונלאוד?

איך גלייך זיין שטימע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:38 pm
דורך חאצקל
פיטסבורגער סידי איז ערווארטעט ארויס צו קומען אין די קומענדיגע חדשים, געזינגען דורך דער בארימטער שלומי כהן, מוזיק אראנדזשירט דורך דער מלך אין היינטיגע אידישע מוזיק "מונה רוזנבלום".
פאר ווער ס'האט געהערט דעם פיטסבורגער סידי נומער 7, וואס האט אויך פארמאגט די זעלבע פאכלייט ווי מונה און שלומי כהן פארשטייט אז עס איז דא אויף וואס צו ווארטן

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:44 pm
דורך חאצקל
מונה 6 איז אויך ביים שוועל פון ארויס קומען, מרדכי ווערדיגער, גערטנער, שמעלצער, גרינפלד, שירה, אברמי רוט, שלמה כהן, שירה, און נאך גייען דארט זינגען. עס ווערן אריין געלייגט א סך כוחות דערין, איך האף אז עס וועט טאקע געלונגען, ווייל א געלונגענע זאך פון מונה איז ווערט ווי צוואנציג אנדערע סידיס (דרך גוזמא)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:14 am
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:מונה 6 איז אויך ביים שוועל פון ארויס קומען, מרדכי ווערדיגער, גערטנער, שמעלצער, גרינפלד, שירה, אברמי רוט, שלמה כהן, שירה, און נאך גייען דארט זינגען. עס ווערן אריין געלייגט א סך כוחות דערין, איך האף אז עס וועט טאקע געלונגען, ווייל א געלונגענע זאך פון מונה איז ווערט ווי צוואנציג אנדערע סידיס (דרך גוזמא)

ווען ס'איז באמת מונה'דיג איז עס נישט קיין שום גוזמא!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:39 pm
דורך חאצקל
דער פראבלעם איז נאר אז מונה, טראץ וואס ווען ער מאכט גוט איז עס אן עקספלאוזשן, קען ער אבער א סך מאל פלאפן, דער קווייער אדער דראמער קענען זיין פארשלאפן אדער אן א מאטיוו, די קארדס און ברעס קען זיין סתם אבי געזינט אדער אבי עפעס דיפרענט וכו'

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:48 pm
דורך חאצקל
דער באקאנטער און געלונגענער מוזיק ארעידזשער מר משה לאופר קומט יעצט ארויס מיט א נייע סידי וואס ענטהאלט ניגונים פון אים זעלבסט און פון זיין זון אלי' לאופר
ווי באקאנט איז משה לאופר אויסער וואס ער איז פון די בעסטע ארעידזשערס און די חרדישע וועלט, איז ער אויך א קאמפאזער פון ניגונים וואס זענען כמעט אלע איינס ביי איינס גאר אויפגעכאפט איןי די מאדערנע וועלט (ספעציעל ביי חתונות) און זינגבאר פאר אנשים נשים וטף, צ.ב.ש. והיה למשוסה, וענבי הגפן, כשם שאני, חזק, לבנימין,

אויך זיין זון אלי' האט שוין באוויזן צו קאמפאזירן ניגונים וואס זענען נושא חן ביים ציבור ווי תחי נפשי, למען דעת (מבד) א.א.וו.