בלאט 1 פון 1
יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 11:39 pm
דורך יתרו
יוסי פריעד רעדט דברי חכמה ופיקחות, כנראה האט ר' אהרן מיט ר' יוסי זיך פארגעגרייט בינעזאם די דרשה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=F_saNwVI4GI[/youtube]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 8:59 am
דורך נחום האלפנטיני
די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.
מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.
ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:04 am
דורך קורקלענד
נחום האלפנטיני האט געשריבן:די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.
מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.
ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.
אייער סטעיטמענט איז נישט קיין סתירה צו וואס ער האט געזאגט. איך האב נישט געהערט אין זיין קורצע רעדנער זאל משבח זיין די עדיוקאציע אונזערע מצד גרעידינג אדער חומר, סך בכלל רעדט ער וועגן די שוואכקייטן אין גרעידינג פון די פובליק סקולס, און אויך פון די דיפערענצן אין וויאלענס קריים וכדו'.....
Re: יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:30 pm
דורך או אינו
ער זאגט נאך אדמור מק"י אדער פארקערט. באיזה א מצב אז מווייסט נישט וואס מווייסט נישט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
נחום האלפנטיני האט געשריבן:די דזשאוק איז אז ווער עס קען יוסי פריעד ווייסט אז אין ישיבה האט ער נישט געלערנט א מילה אחת (גוזמא). ער האט אופגעבחורט פארוויילענדיג די צייט מיט כל מיני עסקים נאר נישט דאס וואס ער פארקויפט די ישיבה איז גוט פאר.
מעגליך אז ער האט געקענט קענען לערנען אבער ער האט אויסגעוועלט דאס נישט צוטוהן. נו, דאס שרייען אלע איז איינע פון די הויפט פראבלעמען פון חדרים וישיבות. ס'איז נישטא קיין פרעשור מבחוץ.
ס'איז נאר פאני אז ער טרייט איינצורעדן מענטשן אז ער מיינט די וועלט פונקציאנירט נאר מחמת מעשי ידיהם פון די מאכערס און וואויל-רעדערס.
נחום האלפנטיני:נאכ'ן גיין אויף א דייעט מעגסטו דיך באטראכטן אז דער יונגערמאן יוסי פריעד (וועם איך קען נישט) האט זייער גוט און קלאר, אין א גוטן, פארשטענדליכן ענגליש אראפגעלייגט זיין קעיס. אויב וויאזוי ער האט גערעדט איז אן אינדיקאציע פון די קוואליטי פון עדיוקעישן וואס מ'באקומט אין ישיבות. האט ער שוין געוואונען דעם קעיס...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:02 pm
דורך גדליה
ער רעדט מוראדיג שטרענג. אזוי דארף מען טוהן. דאס איז די איינציגסטע שפראך וואס זיי פארשטייען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:05 pm
דורך גדליה
אויכעט איז זייער גוט אז ער איז מגלה קלונם פון די פאבליק סקולס. סאיז זיכער אז זיי פארשעמען זיך שטארק און דאס וועט גורם זיין זיי זאלען זיך אפשאקלען פון אונז. זיי קענען זיך נישט ערלויבען צו ליידען אזעלכע בושות יעדען טאג.
Re: יוסי פריעד רעדט פאר די בארד אף עדיוקעישן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:20 pm
דורך פליקער
משינעדיגער עולם דארטן, וועט זיכער האבן א ווייטען אפקלאנג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 10:26 pm
דורך אישתישבי
ועל זה אמר החכם, ווער עס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.