בלאט 1 פון 3

רבי פרחיה'ס קשיא

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 2:45 pm
דורך גדליה
דער עולם דא האט זיך שוין אביסעלע באקענט מיט רבי פרחיה. כ'האב שוין עטליכע מאל איבערגעגעבן זיינע דברי חכמה דא.
היינט טרעף איך רבי פרחיה'ן אין מקוה אינגאנצען פארטראכט. וואס גייט פאר רבי פרחיה? פרעגען מיר אים. א שווערע קשיא איז אים בייגעפאלן, זאגט ער. וואסי?
אמער, הייבט רבי פרחיה אן דרייען מיט'ן פינגער, די חנוכה נס איז געווען אז מ'האט געטראפן איין קריגל אויל און ס'האט געברענט אכט טאג.
נו יא, שטים איך צו.
אויב דו לעכט האט געברענט אכט טאג, פארוואס צינדט מען ניין טעג?
הערשט יעצט האב איך געשפירט די שווערער געוויכט פון רבי פרחיה'ס קשיא און פארשטאנען וואס ער טראכט אזוי אריין.
ברוך השם די אייבערשטער האט מיר חונן דעת געווען און באלד אריינגעגעבן אין קאפ דריי תירוצים.
א. די ניינטע טאג איז פאר ספיקא דיומא.
ב. שטײט אין שלטי הגיבורים אז חנוכה איז קעגען סוכות, אויב אזוי איז פארשטענדליך אז די ניינטער טאג איז קעגען שמיני עצרת.
ג. צוליב חביבות המצוה, ווייזען אז מ'קען זיך נישט געזעגענען פון די הייליגע חנוכה לעכט.
אויב איינער האט נאך תירוצים קען מען עס דא שרייבען לתועלת הרבים, מ'זאל עס קענען נאכזאגן ביי די חנוכה מסיבות. ולמצוה גדולה יחשב.
א פרייליכען שבת חנוכה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 3:01 pm
דורך נהורא נפישא
איך האב אלס פארשטאנען אז א קושיא וואס האט טויזענטער תירוצים מוז די קושיא זיין שוואך, אויב ס'קען בכלל ווערן אנגעריפן א קושיא, איצט זעך אז רוב תירוצים וואלטן געווען גילטיג אויב די קושיא וואלט געווען אנדרעש. דערמאנט מיך אביסל פון גימטריא במספר קטן וואס ס'איז דאא הונדרעט פראצענט טשאנס צוצופאסן א גימטריא לויטן געשמאק.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 3:09 pm
דורך גדליה
נו רבי נהוראי, א תירוץ האט איר?
די גאול איז אנצוקומען צו צען תירוצים ביזן זמן הדלקת הנרות

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 3:18 pm
דורך גדליה
אבטולמוס האט געשריבן:ד. בעצם איז דאך שווער אויף דעם אכטן טאג אויך (עיי' בית יוסף). נאר היות חנוכה געפאלן אייביג אויך אין שבת, האט מען צוגעלייגט צוויי טעג פאר זכור ושמור.

הערליך! אייגענס?
ה. אין אישי שרייבט מיר יעצט א חבר א תירוץ בשם די זרע קודש אז די נס אין די ניינטע טאג איז געווען אז די קנויטען זענען נישט געווען צו דיק און סהאט געברענט מוראדיג שיין.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 8:01 pm
דורך ונתנהתוקף
הרב שפיגעל זאגט אז די מתיוונים האבן געטראגן ווייטער מיט די עירוב אין ירושלים, אפילו נאך "ופרצו חומות מגדלי", און ירושלים איז געווארען א רשות הרבים.

לפי דבריו הקדושים, איז פארענטפערט פארוואס מען צינד למטה מעשרה, ווייל א מחיצה איז צען טפחים, און די מחיצה איז דאך צושטערט געווארען.

ולפי זה איז פארענטפערט פארוואס מען מאכט ניין טעג חנוכה, א זכר צו די צושטערטע מחיצה פין ירושלים. ודוק.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 8:10 pm
דורך איסר האטלקי
כ'האב געזען א חידה אין א טשיקאווער גליון: אויב איינער צינדט 9 טעג פאר ספיקא דיומא, און ער איז מחמיר כשיטת בית שמאי און אויך כשיטת בית הלל, וויפיל לעכט צינדט ער אן דורכאויס גאנץ חנוכה?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 11:47 pm
דורך איסר האטלקי
מ'רעדט נישט פון היינט, מ'רעדט פון א איד אין בבל פאר צוויי טויזנט יאר צוריק ווען מ'האט מקדש געווען ע''פ הראיה, בחיוו פון שמאי און הלל און ער האט זיך נישט געוואלט מישן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 11:54 pm
דורך ארי נוהם
ז. די ערשטע טאג איז א זכר צום נצחון מלחמה, און די נעקסטע אכט טעג איז א זכר אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג.

ח. ווייל די מנורה האט למעשה ניין רערן (מיטן שמש אריינגערעכנט), ותירוץ זה דומה לדברי רביה"ק מיארמע שליט"א בשם הרה"ק מבאבוב זי"ע ליישב קושיית הבית יוסף.

ט. ווייל די חיוב ספיקא דיומא איז נאר א דרבנן, און די גאנצע יום טוב חנוכה איז נאר א דרבנן, ולא עבדו רבנן גזירה לגזירה דרבנן. ועוד, ווייל ספיקא דרבנן איז להקל.

י. ספיקא דיומא איז נישט שייך אין חנוכה, ווייל אזויווי ס'קומט נאר די ריכטיגע טאג כ"ה בכסלו קען עס יעדע איד שפירן אן קוקן אין לוח, ווייל די אורות קומען דאך אראפ (מפי אדמו"ר זצ"ל).

יא. מ'צינדט טאקע יא די ניינטע טאג, וכפי שנהוג בחצרות הקודש די שריפת הפתילות ביום ט' הקדוש.

יב. אין אמת'ן אריין ברויך ווען צו זיין א ניינטע טאג, אבער וויבאלד די הייליגע טאג "זאת חנוכה" געפאלט אין די אכטע טאג חנוכה, פאסט שוין נישט צוצולייגן א טאג נאכדעם.

יג. גלוי וידוע פאר די הייליגע חכמים, אז מ'וועט עסן יעדן טאג געפרעגלטע פאנטשקעס און ס'וועט זיך טון א געפרעסעריי ביי פארטיס מפארטיס שונות, און דאס עסן אזויפיל גייט אריין אין שאלת ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און וויבאלד ספיקא דיומא איז נאר א דרבנן און ונשמרתם איז א דאורייתא, האבן זיי ברוב רחמנותם נישט צוגעלייגט דעם ניינטן טאג.

כ'האב אמאל געהערט פון א גוטן יוד, אז אויף דעם איז געזאגט געווארן דער תפוס לשון אחרון.



--
אויב מ'וויל הערן נאך תירוצים שנתגלו לי בחזיון היום, ביטע בעטן שיין און נישט זיך שטופן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 12:02 am
דורך וואלווי
מוסיפון לשיטת ר' חידקא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:32 am
דורך גדליה
איסר האטלקי האט געשריבן:כ'האב געזען א חידה אין א טשיקאווער גליון: אויב איינער צינדט 9 טעג פאר ספיקא דיומא, און ער איז מחמיר כשיטת בית שמאי און אויך כשיטת בית הלל, וויפיל לעכט צינדט ער אן דורכאויס גאנץ חנוכה?

דעמאלץ האט ער לכאורה געדארפט צינדען יעדען טאג פיר מאל...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 3:19 am
דורך גדליה
יד. אכט איז זוגות האט מען צוגעלייגט א ניינטע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 3:22 am
דורך גדליה
טו. בדרך צחות אמרתי פעם בדרשה שאולי לא היו מספיק ימים לאלו מסיבות חנוכה שקורים כאנוק"ע פארט"י בלע"ז, ע"כ תיקנו עוד יום אחד...
וחכם אחד השיב ע"ז בבדיחותא שאין זה נכון, דאם כן למה לא התקינו שיהיה עוד שבוע חנוכה... ודפח"ח

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:19 am
דורך וואלווי
וואס פארא פנים וואלט דאס געהאט ווען מען רופט חנוכה די ניין טעג?!...

איז געבליבן אכט טעג...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:50 am
דורך צפור בודד
די וואס זאגן פאר חנוכה ליכט צינדן דער לשם יחוד פון דעם בני יששכר און זענען זיך מייחד מיט די צדיקים שבדורינו, זיי צינדן א ניינטע ליכט נישט משום ספיקא דיומא נאר משום ספיקא דצדיק.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:53 am
דורך וואלווי
צפור בודד האט געשריבן:פאר די וואס זאגן פאר חנוכה ליכט צינדן דער לשם יחוד פון דעם בני יששכר און זענען זיך מייחד מיט די צדיקים שבדורינו, זיי צינדן א ניינטע ליכט נישט משום ספיקא דיומא נאר משום ספיקא דצדיק.


דאס איז שוין א סענסטיוו נושא פון ספיקות אין אמונה...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:38 am
דורך צפור בודד
וואלווי האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:פאר די וואס זאגן פאר חנוכה ליכט צינדן דער לשם יחוד פון דעם בני יששכר און זענען זיך מייחד מיט די צדיקים שבדורינו, זיי צינדן א ניינטע ליכט נישט משום ספיקא דיומא נאר משום ספיקא דצדיק.


דאס איז שוין א סענסטיוו נושא פון ספיקות אין אמונה...


שטייט טאקע אין ספה"ק אז פארדעם איז דער מנהג פון ניין ליכט נישט נתקבל געווארן ברוב תפוצות ישראל ווייל עס קען אויסזען ווי מטיל מום בקדשים חלילה. אנדערע ווילן זאגן אז ס'איז מחזי כיוהרא כאילו מיט א נייטער ליכט זענען מיר זיך שוין מייחד מיט אלע צדיקים ווען למעשה זענען מיר קוים א שרויף אין זייערע קארס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:23 am
דורך ונתנהתוקף
!!!!אלערט!!!!

די קשיא איז דורך א גלגול פין אנהייב אשכול ביז אהער, אנהייב איז די קשיא געוועהן פארוואס מען צינד ניין טעג, און דערנאך האט איינער במזיד משנה געוועהן, און איינגערעדט דער עולם אז דער קשיא איז פארוואס מען צינד נישט ניין טעג.

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באמת וואלט עס געדארפט זיין צוועלף טעג, אזוי וי די ליד גייט ׳אויף די ערשטען טאג פון חנוכה, האט מיין אמת׳ע ליבע מיר געבראכט........׳ ביז די צוועלפטן טאג.
נאר וואס? ר"ח איז שוין צוויי טעג, און צוויי טעג ר"ח איז דאך שוין צוויי איבעריגע טעג. פעלט נאר איין טאג. שוין, דאס איז ווייל מ׳האלט טאקע ווי דער ב"י׳ס קשיא, והכל על מקומו יבא בשלום.
און לויט דעם פארשטייט מען די מדרש ׳ועל פתחינו כל מגדים׳ וואס גייט אויף נרות חנוכה, ווייל מ׳לייגט דאך פארשידענע שיינע זאכען ביים טויער אום די צוועלף אעג, און הייבען הייבט זיך עס אן מיט ליבע בלומען, וואס דאס האט ראובן אהיים געברענגט, וזהו הדודאים נתנו ריח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:48 am
דורך ונתנהתוקף
צוזאמען מיט שבת איז נאך א טאג.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:03 am
דורך קטלא קניא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:באמת וואלט עס געדארפט זיין צוועלף טעג, אזוי וי די ליד גייט ׳אויף די ערשטען טאג פון חנוכה, האט מיין אמת׳ע ליבע מיר געבראכט........׳ ביז די צוועלפטן טאג.
נאר וואס? ר"ח איז שוין צוויי טעג, און צוויי טעג ר"ח איז דאך שוין צוויי איבעריגע טעג. פעלט נאר איין טאג. שוין, דאס איז ווייל מ׳האלט טאקע ווי דער ב"י׳ס קשיא, והכל על מקומו יבא בשלום.
און לויט דעם פארשטייט מען די מדרש ׳ועל פתחינו כל מגדים׳ וואס גייט אויף נרות חנוכה, ווייל מ׳לייגט דאך פארשידענע שיינע זאכען ביים טויער אום די צוועלף אעג, און הייבען הייבט זיך עס אן מיט ליבע בלומען, וואס דאס האט ראובן אהיים געברענגט, וזהו הדודאים נתנו ריח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס איז שוין טאקע א באמבע קשיא והראיה אז די נשיאים גיין דאך ביזן צוועלפטן טאג. למעשה וואלט דאס געפאדערט אזויפיל תירוצים ווי אויפן ב"י'ס קשיא נאר אז מען וועט פרעגן א קינד (טאמער פרעגט מען נאך), זאג נאר, האסט א תירוץ אויפן ליטוואק'ס קשיא? וועט ער צוריקשיסן, מיין דאגה א ליטוואק'ס א קשיא? זאל ער פגר'ן דערפון. ממילא בלייבט די קשיא א קשיא ולית נגר ובר נגר דיפרקינה.

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 3:31 pm
דורך חסיד פון ליטא
איך האב אמאל געזען אין עפעס א פארשטופטער קבלה ספר א פירוש אויפן זוה"ק פון ארום פופצן הונדערט יאר צוריק, אז די טעם פארוואס מ'צינדט ניין הגם וואס דער נס איז בלויז געווען אכט טאג, איז וויבאלד כ"א כסלו איז געווען גאר נאנט צום יו"ט חנוכה האט מען צוגעלייגט נאך א טאג משום פרסומי ניסא. (ער שטעלט זיך דארט אז לפי"ז וואלט געדארפט זיין צען טאג אלס י"ט כסלו, ברענגט ער פונעם גר"א אז וויבאלד י"ט כסלו איז נישט נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל אזוי ווי כ"א ממילא האט מען עס נישט מתקן געווען, אבער ער פירט אויס אז ווער ס'איז מדקדק צו צינדען צעהן תבוא עליו ברכה ובלבד שלא יברך עליה כיון דלא איתקן בשופי לא ייתי אנוש לאחצופי בברכתא דבטלא ודמי למאן דשפיך זרעיה לבטולי ולא לשום ענוגי וחדוותא.)

Re: רבי פרחיה'ס קשיא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 4:36 pm
דורך גראף
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 7:51 pm
דורך איסר האטלקי
פארווטס מ'עסט דאונאטס פאר 11 טעג אין א ציה, חנוכה איז דאך נאר 8 טעג?!