מיינע הערות אויפן ספר 'ותינוק ללמדו ספר'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:13 pm
קטלא קניא'ס בוך 'ותינוק ללמדו ספר' איז א מייסטערווערק, פאליצער מאטעריאל. עס איז סיי אבנארמאל גוט ארגומענטירט און סיי אויסנאם גוט געשריבן. די בוך איז מוז פאר יעדן צו ליינען, אפי' מען האלט אז מען קען גוט די נושא. די ביכל נעמט גאר שטארק צוזאם אלע פאקטן און שטעלט עס אזוי אוועק אז דער ליינער גייט אוועק מיט א קלארע, געזעצטע בילד פון צווישן די רוישיגע און פארצווייגטע ארגומענטן, פאקטן און טענות וואס קורסירן אין די ענין. קויפט עס, ליינט עס, און איר וועט הנאה האבן. עס איז נאך זיכער אזויפיל ווערט ווי די געלט וואס איר צאלט פארן שטערן, שפאקטיוו, עמי, משפחה אדג.
אפאר הערות איבער די נושא וועלכע זענען מיר ארויפגעשווימען פארן, צווישן און שווימען נאך יעצט נאכן ליינען דעם בוך.
א) ביי אונז האט מען חתונה ביי די 20 שפעטסטענס און מען הייבט אן האבן קינדער גלייך. אפילו עמיצער אויפגעצויגן מיט א גוטע קוריקולעם נישט ווי ביי אונזערע חדרים און מיט אונזער דרך ארץ קען זיך נישט ביי די 20. מען קען זיך אפשר אביסל, אבער מען איז נישט געסעטעלט ביז א שפעטערע עידזש. ווער רעדט נאך פון א וואויל בחור, א יושב בין כותלי ישיבה, א לערנער; די זענען נאך פיל ערגער ביי די 20. און די סיבה דערצו איז ווייל זיי האבן געלעבט אין א קליינען באקס ביז נאך די חתונה (און פאר א סאך אפילו נאכדעם אויך) ווי זיי זענען געלערנט געווארן אז די תורה איז אלעס, פון לערנען תורה קען מען אלעס און מען איז קלוגער פון יעדעם. די זענען די וואס שטעלן ביי אונז דעם נייע דור און האבן קינדער לרוב. איי ווי גייט מען לערנען איינען לעבן ווען מען האט נישט קיין אההנונג וואס לעבן מיינט? גיי ווייס. די זאך איז אז רוב מאל וועט דער יונגערמאן קיינמאל נישט כאפן אז ער קען זיך נישט, וועט לעולם מיינען אז ער קען זיך, וועט לעולם האלטן אז ער איז קלוג און מעכטיג און אזוי וועט עס ווייטער פארן ביי זיינע קינדער. אבער דאס איז כמעט נאר שייך ביי די עכטע פרומע.
ווי קניא צייגט שיין אן איז דאס נישט די אלגעמיין. יא, ער גייט אפשר אביסל ווייט, אבער דאס איז נאר צו געבן א בילד. גיוו אר טעיק איז ער זייער שיין גערעכט. די יונגעלייט קומען ארויס פון ישיבה און מען זוכט זיך, מען זוכט לעבן, די לעבן פון די וועלט וואס יעדער אלגעמיינער שמויגער האט אבער אונז לרוב האבן נישט.
יעצט פרעגט אייך וואספארא השפעה אזא טאטע האט אויף א קינד? ער קען זיך נישט, ער נאשט, איז כסדר ביזי זוכן און פארשטיין און איבער אלעם פראבירט פון אלע פלעצער ווי צו פארשאפן די הכנסה צו קאווערן די הוצאת הבית, פון ווי זאל אפי' בלייבן צייט פאר קינד? און אז דער טאטע איז יא דער ווארעמער און האט שוין יא אדער מאכט שוין יא צייט פאר די קינדער, וואס זעהן אבער די קינדער אין אלגעמיין? א וואקלדיגער, אומזיכערע, וכו' וכו' טרעפט אייך אדזשעקטיוון וויזוי איר ווילט עס אראפלייגן. עס איז פאר א סעקונדע נישט אינעם טובה פאר קיין איין קינד אזוי צו ווערן ערצויגן.
וואס די פוינט האט צום נושא איז אז קניא ברענגט טרעפטליך ארויס די התחייבות וואס די עלטערן פונעם נייעם מוסד – פענטעסי מוסד, פאר מיר – וועלן דארפן ארויסווייזן. די פראבלעם דערמיט איז, צו איז דא די עלטערן וואס קענען דאס? דער טאטע איז נאך פארנומען זיך צו פיקסן, ער איז נאך נישט מסודר, זיין זון איז אים נאך א שטער וואס ווען ער קען ווען וואלט ער יעצט צוריקגעדרייט דעם זייגער און זיך געסעטעלט און געטראפן נאך פאר ער האט אים אראפגעברענגט. ער גייט יעצט האבן די מסירות נפש צו שטיין און פייטן מיט די פינסטערע יושבי חושך און משקיע זיין אין זיינע קינדער? קען זיין. איך האף זיכער אזוי און דער ביכל קען זיכער אויפוועקן געוויסע צו טראכטן, "איך בין טאקע אדורך אזא סיסטעם, אבער לאמיך כאטש געבן מיין זון דאס בעסטע", אבער אנדערע קען עס גאר טון די פארקערטע ח"ו און זיי ברענגען צו זאגן "א גוטע נאכט, איך האב עס נישט געבעטן, איך גיי מיר לחיים".
און דאס איז א טיפע פראבלעם וואס ליגט אינעם רוקנביין פונעם סיסטעם. יונגע טוטערלעך וואס ווייסן גארנישט און האבן נישט א פרוטה צו די נשמה ברענגען אן דורות און יעדער ענדיגט ביים וויינען. דאס דארף א שטאקע שינוי און מעגליך אז דאס וועט זיין א טייל פון די לעהזונג וואס די פענטעסי מוסד קען אויך ברענגען. אבער דאס ברענגט מיך צו מיין צווייטע הערה.
ב) די לעהזונג וואס קניא שלאגט פאר איז זייער גראנדיעז. ממש יוטאופיע. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט יעדע חינוך סיסטעם אזוי אויסגעזעהן און וועגן דעם רוף איך עס "פענטעסי מוסד". למעשה'דיג ברענגט עס מיט מיט זיך א גאר טיפע פראבלעם וואס גייט צו אונזער גאנצע אידענטיטעט.
אונז רוף מיר זיך חסידים, אבער פרעג א געווענליכע וויליאמסבורגע, בארא פארקע יוד און ער האט נישט קיין אהנונג וואס דאס דארף אפילו צו מיינען. בסך הכל איז דא א רבי צו וועם מען גייט און וואס שטעלט צו מוסדות און זאגט דעת תורה אין יעדער איז צעפרידן. ע"פ רוב איז אונזער אפשטאם געבינדן ערגעץ אין אייראפע, מערסטענס רומעניע און אונגארן, און אונזער גאנג איז זיכער באזירט אויף די גדולים פון יענע געגנטער. און אנדערע ווערטער זעמיר אייראפעיאיש-אמעריקאנע חסידים וואס, ווי קטלא קניא שרייבט שוין, איז ביי די יעצטיגע דור פיל מער אמעריקאניש ווי אייראפעיאיש.
אין אייראפע זענען געווען די צוויי באקאנטע גאנגען בעניני חינוך. איינס איז געווען דעם דרך חתם סופר פון התבדלות און אן אנדערע איז געווען דעם דרך רשר"ה פון תורה עם דרך ארץ. עס איז קלאר אז די וואס רופן זיך היינט חסידים גייען אלע אין גאנג פונעם חתם סופר און נישט רשר"ה. די חילוק אין אינדענטיטעט צווישן די תלמודים פון די צוויי מהלכים איז ברור לעין כל. פארגלייך סאטמאר קווינס צו וויי יו. עס איז נישט דא טאגשיין צווישן די צוויי, אויסער די פאקט אז ביידע זענען שומתו"צ.
זיי האבן נישט א פראבלעם מיט חתונה האבן שפעטער, קענען מער, קענען אלעס, און האבן א פרנסה קבוע פאר מען שטעלט אויף א שטוב. אונז לעומת זה האבן יא. אוודאי קען מען אנצייגן אויף א מעשה'לה פונעם חתם סופר דא און דארט ווי ער האט עפעס געזאגט וועגן לערנען אנדערע זאכן, און קניא ברעגנט איין אזא מעשה, אבער דאס איז ריין אנעקדאטיש און אינגאנצן אוועקצומאכן. די גאנג פונעם חתם סופר, אפשר נישט זיינס און אויב יא אפשר נישט בדוקא אבער בבחינת יעדע גוטע דזשאוק קומט פון ר' יאנקל מילער זז"ג, איז אונזער געמיינדע. נישט א לימודי חול ארויף א לימודי חול אראפ. אונזער גאנצע סיסטעם. גענוי ווי ר' שמשון הירש'ס גאנג איז א סיסטעם – ביי אים לאזט זיך יא גרינגער פארשטיין אז עס איז א סיסטעם ווייל ממש דאס מיינען דא ווערטער תורה עם דרך ארץ – גענוי אזוי איז דער דרך חתם סופר, אויב נישט אייביג דאן די לעצטע 60 יאר זיכער, א סיסטעם פון לעבן.
די פענטעסי מוסד וואס קניא שטעלט פאר, און מצידי הלוואי שטייט עס שוין יעצט, איז עפעס וואס גייט אויסדריקלעך אנטקעגן דעם גאנג, מהלך, און דרך! עס קען זיין ווי שכלדיג עס איז נאר, און בעליוו מי קניא מאכט א אומאפווענדבארע קעיס, אויף למעשה איז עס גענומען די דרך רבני אונגארן און עס געווארפן איבערן דראנג. קען זיין מען דארף טאקע אזוי טון און זייער סיסטעם איז פשוט אויסגעלאפן פון סטיעם, אבער עס טאר נישט זיין קיין אילוזיעס אז דאס איז עס. און דאס איז א פוינט וואס קניא בארירט נישט העד אן.
אזוי טראכטענדיג מיין איך אז איך טרייב אביסל איבער און די פענטעסי מוסד איז נישט ממש געווארפן די גאנצע סיסטעם איבערן דראנג, ווארום קניא איז נישט מציע אז אונז זאל מיר אלע ווערן וויי יו יודן און זיך מאכן 2 פיאות וכדומה. אונז וועל מיר אלע גיין ווייטער מיט די Kova היטן און דזשי ענד סאמטינג רעקלעך. ער איז פשוט מציע אינעם גרויסן סיסטעם וואס האט זיך דערווארבן ברבות הימים זאל מען פאררעכטן די חינוך.
און מיט דעם איז מיר אויך קלארער געווארן פארוואס קניא רעדט אזויפיל צו די היינטיגע יונגעלייט. און דאס איז ווייל ער ווייסט אז אפי' צו טוישן נאר דעם איינעם פרט פון חינוך וועלן קומען צו פליען ווי מיסילס די אלע שרייעריי וועגן "דער הייליגער חתם סופר" און דאס גלייכן. פארדעם רעדט ער דירעקט צו דעם היפאקריטישען לעבנס געפירעכץ פונעם יונגערמאן וועם דער חתם סופר וואלט איבערגעלייגט און געגעבן מנה אחת.
און עס איז גראדע אויך דא די פוינט אז למעשה אפי' די לימודי חול טויגן א כפרה איז פארט דא לימודי חול. הייסט אין אנדערע ווערטער, אדער האט דער חתם סופר נישט געהאט א פראבלעם מיט לימודי חול אז מען זאל קענען לעבן נארמאל אדער זעמיר שוין אפי' אפיציעל נישט חתם סופר יודן.
און דאס איז ווי די נייע פענסטעסי מוסד קומט אריין. איינער קען עס אפשר אנקוקן ווי א ר' שמשון רפאל הירש מוסד פאר יוצאי אונגארן און איר גלייכן, אבער מען קען עס אויך אנקוקן ווי א פשוטע מענטשליכע עוואלוציע פון א חינוך סיסטעם אונטער די ראמען פונען חתם סופר ודעימיה. עס איז קיינער נישט אזא נער צו זאגן אז אונז זעהן היינט אויס ווי די ראשונים בימי הרמב"ם צו אפי' צו די צדיקים פון 200 יאר צוריק. קוים וואס אונז זעה מיר אויס ווי אונזערע זיידעס 60 יאר צוריק, און דאס איז נישט א פראבלעם! אונז זעמיר מענטשן און מענטשהייט האלט זיך אין איין טוישן. און פונקט ווי מען דארף אפיציעלערהייט לערנען "עענגליש" אין די חדרים טראץ דעם שיטות חתם סופר שוין פאר לאנגע יארן, גענוי פאר דעם ווייל מענטשהייט בלייבט נישט די זעלבע, אזוי די זעלבע מיטן נייעס מוסד. און אלעס אונטער שיטות יוצאי אונגארן.
אבער אויב איז דאס אמת און דאס איז וואס קניא שטעלט פאר און ער וויל נישט מען זאל עס אנקוקן ווי א ר' שמשון רפאל הירש סטיל מוסד, דאן בלייבט מייןן ערשטע הערה גאר שווער. עס איז נישט בלויז א טויש אין חינוך וואס מען דארף, עס איז א טויש אין באנעמונג! א פונדאמענטאלע, יסודיתדיגע איבערארבעטונג פונעם חוט השדרה וואס קען גאר מער חרוב מאכן ווי אויפטאן אויב מען רירט צו.
פון חתונה האבן מער מיושב, אריינגערעכענט וויסן וואס מען וויל פונעם לעבן, האבן א פרנסה קבועה, נישט לעבן אין א קליינעם אייער באקס ווי מען ווייסט אז דער רמב"ם האט געלערנט אריסטו און דאקטעריי אין בית הכבוד און נאך און נאך.
ווייטער, קען זיין אז קניא'ס מוסד וועט אויפציען א דור וואס וועט די זאכן לעהזן צום גוטן, אבער דאן איז עס נישט בלויז לימודי חול וואס ווערט געטוישט. דאן ווערט אונזער אידענטיטעט געטוישט! דאן זעמיר אונז תלמידי ר' שמשון רפאל הירש זצ"ל מיט אן אנגארישע שניט!
קען זיין ווייטער אז דאס גאר איז קניא'ס גאנצע פוינט, אז אונז האבן שוין אפגעשניטן די קייטעלעך וואס האט אונז געהאלטן געבינדן צו אונגארן אין כמעט אלע ערנסטע הינזיכטן און אונז האבן שוין איוואלד צו זיין אמעריקאנער און עס איז דעריבער צייט אונז זאלן זיך ענדליך קוקן און פנים און דאס גראב מודה זיין און אויפהערן שפילן אזא הייבריד פאלטש לעבן. און אויב דאס איז באמת וואס קניא האט געמיינט דאן שטעל איך זיך אויף און איך קיש אים אין שטערן דא פאר ענק אלע. מי לה' אליו.
איך האף אז איינער האט מיטגעהאלטן, זאגסט מיר וואס עטץ האלטס. שכח פארן ליינען מיינע צעמישטע געדאנקען וועלכע איך מיין אז מען קען מסכם זיין מיטן זאגן אז די בוך ותינוק ללמדו ספר רירט אן טיפערע ענינים ווי עס געט זיך אן אויסערליך.