בלאט 1 פון 1

די שטעטעלע קרית מלך רב עיה"ק אור הגנוז תובב"א

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 1:07 pm
דורך Buddy
א בליעהנדע שטעטל וואס איז קעגן אלע חוקים אין נס, איז ממש א פערל נישט צום געפונען, זיי האבן א יקב פון וויין וואס דארף זיך נישט שעמן פאר קיינעם, און די היימישע עולם געניסט דערפון במלא חפניים.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yyKtaoKUKqo[/youtube]

עס איז א שטעטל וואס איז נתייסד געווארן דורך הגה"ק הרב שיינבערגער שליט"א, און די שיין דערפון איז ערלויבט אין די היינטיגע דור, ווייל ב"ה עס פעהלט נישט קיין הסתרה דורך אזויפיל א.ג. פרומע אידן וואס באזעצן גרויסע שטעט אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, אזוי אז די סטרא דקדושה קען אנגיין אומגעשטערט.

ווער עס ווייסט עפעס מער איז וועלקאם

Re: די שטעטעלע קרית מלך רב עיה"ק אור הגנוז תובב"א

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 4:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער וואודרידזשע רב האט געוויילט דארט א שבת לעצטענס פאר א שבע ברכות במשפחתו, און ער האט זיך טאקע באוואונדערט די מאדנע סארט נאמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:40 pm
דורך איך אויך
דער ישוב איז הארט לעבן ציון הרשב''י במירון, וואס איז מאדנע מיטן נאמען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:34 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווער רעדט נאך אז די מייסד איז געווען דער בעל הסולם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 8:03 am
דורך איסר האטלקי
איינער האט ערנסט געהעקט די ניק אקאונט פון Buddy, די לעצטע צוויי טעג יאווען זיך תגובות פון אים אין א פליסיגן אידיש. כ'האף נאר אז ס'איז נישט רוסלאנד...