בלאט 1 פון 4

פארמאכטע צייטונגען, מאגעזינען, אד''ג

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:33 pm
דורך קלאר
יעדע פאר חדשים עפנען זיך אין פארמאכען זיך יודישע אויסגאבעס
די לעצטע פאר יאר האט זיך שוין פארמאכט אזויפיל אויסגאבעס
מיר דארפן דערגיין וואס האט זיך שוין פארשפארט אין זעהן וואס די פראבלעם איז

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:34 pm
דורך קלאר
קודם א טיילווייזע ליסטע

דער אידישער געדאנק
דער בליק
דער אידישער פלאם
צייטשריפט
(פרי תמרים)
העולם

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:35 pm
דורך עס עפעס
טאגשריפט - א צייטונג וואס פלעגט ארויסקומען טעגליך אויף אידיש אין א פי די עף פארמאט אין ווינטער ס"ח- האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:36 pm
דורך יואליש
דער אידישער קוואל.
יפה בעתו

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:37 pm
דורך נפתלי
יואליש האט געשריבן:דער אידישער קוואל.
יפה בעתו

יפה בעתו ערשיינט נאך (שוין ווידער)

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:38 pm
דורך יואליש
דער אידישער געדאנק איז אריינגעוואקסן אין דער בלאט. ביידע זענען געגרינדעט געווארן פאר די זעלבע סיבה.

דער אידישער פלאם (אן אויסגאבע פאר די פרומע ארונים אומצופרידען מיט דער בלאט) איז געווארן ערזעצט דורך אוצרות (אדער עפעס אן ענליכע נאמען).

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:40 pm
דורך יואליש
כ'מיין אז די באדעם ליין איז געלט. שרייבווערק קען זיך נאר אויפהאלן ביי אונזער פיצי אידישע מארקעט אויב ס'איז ממלא א חלל און דינט א נידזש אין די מארקעט, רוב מאל א פארטיי. אבער אין די קעיס פון מעלות, דינט עס די עהרליכע פארשטענדליכע עולם. אדווערטייזמענטס קלעקן שוין נישט, און די אויסגאבעס וועלכע זענען אומפארטייאיש און זענען דא צוצושטעלן העכערע קאליבער שרייבווערק, אדער עטוואס נארמאלע ווארע, קענען זיך נישט אויפהאלטן.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:40 pm
דורך קלאר
נפתלי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:דער אידישער קוואל.
יפה בעתו

יפה בעתו ערשיינט נאך (שוין ווידער)


אויב ווייס איך גיט
יפה בעתו האט זיך פארמאכט ווען ער האט זיך צאמגעשטעלט מיט דער בליק
אין לעצטנס האט זיך עס געפנט נאכמאל אינטערן נאמען דבר בעתו

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:44 pm
דורך קלאר
יואליש האט געשריבן:דער אידישער געדאנק איז אריינגעוואקסן אין דער בלאט. ביידע זענען געגרינדעט געווארן פאר די זעלבע סיבה.



הייבט זיך נישט אן
דער אידישער געדאנק האט אינגאנצען נישט געהאט די זעלבע ציהל פין דער בלאט
דער אידישער געדאנק איז נאך אנגעגאנגען א שטוק צייט ווען דער בלאט איז שוין געווען
נאך א שטוק צייט וואס אלימלך דייטש האט געזעהן אז ער קען נישט פירן 2 אויסגאבעס האט ער אוועקגעגבן אידישע געדאנק
אין יענער האט עס באגראבען גרינגערהייט


יואליש האט געשריבן:
דער אידישער פלאם (אן אויסגאבע פאר די פרומע ארונים) איז געווארן ריפלעסט דורך אוצרות (אדער עפעס אן ענליכע נאמען).


הייבט זיך נישט אן
דער פלאם האט ארויסגעבן איינער ווייס, געצילט אויף חסידות נישט אויף פרימקייט
אין איז שוין לאנג פארמאכט
אוצרות איז גאנץ א צווייטע מין אויסגאבע

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:45 pm
דורך עס עפעס
דער וואכן דזשורנאל -א ביי-וויקלי צייטונג אויב כ'געדענק גוט- פלעגט ארויסקומען דורך אייזיק שניצלער

אידישע וועלט -ארויסגעגעבן דורך די בעלי בתים פון אייוועלט

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:45 pm
דורך נפתלי
קלאר האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:דער אידישער קוואל.
יפה בעתו

יפה בעתו ערשיינט נאך (שוין ווידער)


אויב ווייס איך גיט
יפה בעתו האט זיך פארמאכט ווען ער האט זיך צאמגעשטעלט מיט דער בליק
אין לעצטנס האט זיך עס געפנט נאכמאל אינטערן נאמען דבר בעתו

כ'געדענק נישט פינקטליך וויאזוי ס'הייסט יעצט, הרב ביללער זיצט כסדר אין די בתי מדרשים צו פארקויפן די אויסגאבעס און אויפסיינען מעמבערשיפ'ס

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:47 pm
דורך קלאר
בעקבות רבותינו (עפעס אזא נאמען) דורך די בני יואל/זאליס פין קרית יואל
גייט נאך אן?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:52 pm
דורך קלאר
קהילות הקודש בילדער מאגאזין

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:53 pm
דורך קלאר
פאפא פלעגט אויך פארמאגען א חודש'ליכע גליון (עפעס... יעקב)
מען זעהן עס נישט לעצטנס

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 12:57 pm
דורך נפתלי
אז דו רעדסט פון גליונות דערגרייכט עס אין די הויכע נומערן

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:39 pm
דורך זר זהב
קיינער געדענקט נישט אן ענגלישע וואכן צייטונג וואס חיים משה שטויבער האט ארויסגעגעבן אפשר -8-7-6 יאר צוריק. ס'האט נישט צו לאנג אנגעהאלטן.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:43 pm
דורך זר זהב
נעבעך...

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:51 pm
דורך דולה ומשקה
אויב האב איך נישט קיין טעות קען מען ארויף לייגען אויף די רשימה, כ'ווייס נישט אויב אלע זענען אפציעל פארמאכט, האלב וועג פארמאכט, אבער ארויס געקומען זענען זיי שוין לאנג נישט.

שטראלן - סקווירא
שלומה של מלכות - באבוב
אור יצחק - סקאליע
אור חדש - פאפא
ביטון וויזניץ
צעירי וויזניץ
ביטון צאנז קלויזענבורג
דער ניקלשבורגער מאגאזין קומט נאך ארויס?
פנים אל פנים
דער אידישע וואכנשריפט

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 2:16 pm
דורך שטאנג
א צייטונג די וועלט,

עפעס א ביזנעס - וועכענטליכע אדער ביי-וויקלי - צייטונג עטליכע יאר צוריק (נאמען?)

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
עס עפעס האט געשריבן:אידישע וועלט -ארויסגעגעבן דורך די בעלי בתים פון אייוועלט


ס'איז געווען א אויסגאבע פון זיי?


דולה ומשקה האט געשריבן:דער ניקלשבורגער מאגאזין קומט נאך ארויס?


פונקט געהערט לעצטע וואך פון א אינסיידער אז ס'איז פארטיג (עכ"פ אויף דערווייל).

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 9:05 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט נאך דער "פנים החדשות"?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:33 pm
דורך zurich
לאמיר זיך קאנצעטרירן אויף אונזער אלעמען באליבטען "צייטשריפט"
פארוואס ס'אינטערגעגאנגען?
צייטשריפט האט געהאט אלע מעלות וואס א אוסגאבע דארף צו האבן,תורה'דיג,זאפטיגע ארטיקלעך,ווען זיי האבן באשריבן א פרשה איז עס געווען פאללי געדעקט!!זאפטיגע שרייבערס,אונזער אלעמען באליבטן שרייבער אשר לעווין האט דארטן פארנימען א שיינעם פאזיציע!!
וואס נאך?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 10:36 pm
דורך זר זהב
ס'האט געהאט נאמען אלס א ליבעראלע שריפט, מאנכע האבן עס נישט געוואלט אריינעמען אין שטוב. און ס'נישט געווען אזוי ציענד ביים יוגנט אווי דער שטערן איז.