הגה"צ מקאשוי זצ"ל נפטר געווארן דעם שבת

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

הגה"צ מקאשוי זצ"ל נפטר געווארן דעם שבת

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברוך דיין האמת.
קאשויער רב רבי אליעזר חיים בלום זצ"ל איז נפטר געווארן דעם שבת אין עלטער פון 81 יאר.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

הגאון הצדיק מקאשוי הרב אליעזר חיים בלום זצוקללה"ה איז נפטר געווארען דעם שבת קודש! עלה המות בחלונינו ורוכב ערבות שש ושמח בבוא אליו נפש נקי וצדיק!
עס איז צו פריה נאך זיך צוזאמנעמען און שרייבען פאסיגע הערכה פאר אזא גדול בענקים! א מושכל ראשון וואס איז מיר דורכגעלאפען , אז ער איז נפטר געווארען די יארצייט פון הרה"ק רבי צבי זי"ע בן הבעשטה"ק, דער בעל שם טוב הקדוש איז געווען די ערשטע צו חסידות און זיין גרויסער זון האט ממשיך געווען פאר גאר א קורצע צייט כיודע,
די זעלבע בדורינו איז הרה"ק רבי רפאל בלום ראש הגזע קאשוי, וואס איז געווען א חידוש און הנהגה, גרויס תורה ויראה, און מוכיח בשער מיט זיין דורכגברענטע אהבת ישראל, וואס דער נפטר איז ממשיך אלטץ צווייטע דור פון זיין גרויסען טאטען,
עס איז קיין ספק אז אונזער דור יתום האט פארלוירען א לייב! א גדול בתורה וואס האט געשריבען הגהות אויף ראשונים פאר 50 יא רצוריק זייענדיג א בקי נפלא אין שס מיט די ראשונים! א געוואלדיגער עובד ד', א עומד בפרץ נישט פארנימען קיין נייע זאכען! אוי מי יתן לנו תמורתו! על מי נטשת הצאן! זכר צדיק וקדוש לברכה וההמשך יבוא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער נעמט איבער?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אז ס'איז נישטא ווער, קען איך פרובירן.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

האסט מיר דערמאנט דער קאשויער רב ז"ל האט א יונגערע ברודער אין מאנסי = יבלח"ט ר' עקיבא דוד שיחי', וואס ער פארופט זיך אלס דער "פאפא'ער רב" - זיין טענה איז אז זייט דער פאפא רב דער ויחי יוסף זצ"ל איז אוועק האט קיינער נישט גענומען דעם טיטל היות דער היינטיגער פאפא'ער רבי פארופט זיך אלס דער פאפא'ער רבי איז מיט דעם טיטל פאפא רב האט ער זוכה געווען מן ההפקר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברוך דיין האמת, נאך א לעצט פארבליבענער סטראטעגישער רעכטדענקנדער מענטש וואס האט זיך נישט גערעכנט מיט יענעמס מיינונגען און נישט געקוקט אויף זיין אייגענע אימעדזש ווען עס איז געקומען צו טון עפעס וואס איז אין זיינע אויגן געווען ריכטיג.


נ.ב. ווער עס קען שאפן א ווידיאו ווי ער טרעפט זיך דארט אויבן מיט שלמה העלבראנץ...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאך זיכער: ווער זאגט דיר אז הרב שלמה העלבראנץ תמ"ל איז אויף יענע וועלט. אפשר באהאלט ער זיך אין עפעס א דזשאנגל אין גואטעמאלא אונטער אן אנדער'ן נאמען. און זיין משפחה /קאמיון/ מאיר ראזנער ואשתו, האבן קאלעקטעד זיין לייף אינשורענס פאליסי...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך רעד דאך נאר אויב אדער אויב...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ענדליך א רבי וואס האט נאר איבערגעלאזט איין זוהן, און... קיינעם נישט אויפגענומען פאר רבי..


מען גייט נישט מכתיר זיין די זוהן? וואס איז פשט אז עס איז נישטא א אפעציעלן ממלא מקום?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אפשר וויל זיין איידעם ירש'ענען וואודרידזש און קאשוי אינאיינעם, זיך צו פארזיכערן א מזומן ביי בענטשן.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

יין שרף האט געשריבן:ענדליך א רבי וואס האט נאר איבערגעלאזט איין זוהן, און... קיינעם נישט אויפגענומען פאר רבי..


מען גייט נישט מכתיר זיין די זוהן? וואס איז פשט אז עס איז נישטא א אפעציעלן ממלא מקום?

דער זוהן ר' יעקב יוסף איז א וואוילע איד אבער נישט פון קיין רעביסטעווע טייג אויסגעקנעטן. נישט דער עולם וויל איהם און נישט ער וויל דער עולם.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט:דו זאגסט אז פאר אן ..."עלאויקעינו"... קען ער (ר' י.מ. לעבאוויטש) נישט האפן פון ביידע חסידות'ן צוזאמען...! איז כאטש א מזומן...!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

הספד מהרב רבי אהרן קרויס שליט"א על אדמו"ר מקאשוי ז"ל

https://www.dropbox.com/s/pcq9qlqq3y50b ... a.MP3?dl=0

יוא רעדט ער פיין
פארשפארט