א תיקון טעות אין די ווערטער פון רבי אבא חייא טויבער שליט"א

[NAMELESS]

א תיקון טעות אין די ווערטער פון רבי אבא חייא טויבער שליט"א

שליחה דורך [NAMELESS] »

IMG-20181219-WA0055.jpg


תיקון טעות: ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט א בלויזע לענדליי"ן טעלעפא"ן אין שטוב. נאכדעם האט זיך עס דערקייקלט צו א סעלפא"ן, (נישט מיט טעקס"ט חלילה), און פון דארט איז געווען א קליינע שפרינג צו א סעלפא"ן מיט טעקס"ט, און נאכדעם, מיט בלויזע טעקס"ט... (עיי' לעיל ההמשך)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור! אסור!

רבנים און אדמורים זענען נאכאנאנד פארנומען אפיר צו קראצן ווי מ'קען נאך עפעס אסר'ן! און וואס גרעסער דער ביבער היט אלס מער זאכן זענען אסור. זיי זיצן גאנצעטע נאכט און פאנטאזירן וואס נאך צו אסר'ן. און דאס איז אן זיך זארגן איבער די נאכפאלגן און די קאנציקווענצן פון זייערע נארישע אקטן. אזש ס'איז שוין ממש א הימל געלעכטער! און מערסטייל פון די אסורים האבן ניטאמאל קיין מקור אפילו נישט אין קב הישר, שוין אפגערעדט פון לאגיק אדער שכל. וויפול קען מען דען אסר'ן? זיי אסר'ן שוין אפילו היינט פאר זייערע הנהלת אנצונעמען בחורים שוואכע בעלי כישרון אין זייערע ישיבות רח''ל.
אפשר קענען פוילן ביי די רבנים אז זיי זאלן טרעפן א דשאב? און זארגעפעליג אראפנידערן פונעם אזוי אויך געפלאגטן כלל ישראל. אדער אז זיי זאלן פאר קומענדיגע זעקס מאנאטן בלויז זיין פארנומען מיט מתיר זיין? מ'וועט ערשט מתיר זיין סושי מיט פיצא, דאן ווען מען מתיר זיין פארשטעלונגן על טהרת הקודש, און דאן די.ווי.די. ( זעלבסטפארשטענדליך בלויז אויסגעהאלטענע, אזוי ביי ביכער. אזעלכע אין וועלכע מ'זעט די אדמורים טאנצן לפני הכלה בפישוט ידיים ורגליים אד''ג) דאן ווען מתיר זיין צו פארן צו די קור ערטער אין פלארידא...
הופס....דאס וועט פילייכט זיין צו שווער...קיין שום אדמו''ר גליסט זיך נישט אז מ'זאל אים זען שפאצירן מיטן טורבאן-באקליידעטע אשת חבר זיינעם ביים ברעג ים, אנעם רבנישן קאפוליטש און ברייטע שיך.

כלל ישראל דארף א ברעיק. מיר פלאגן זיך גענוג איינצוהאלטן די ארגינעלע תורה הק' פון ג-ט. די נייע תורות פון די היינטיגע רבנים זענען אונז שוין עטוואס צו לאסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ר' אבא חיה זאל מיר מוחל זיין אבער 100 פראצענט שלום בית פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן מיטן חתונה האבן!!

העניך קען זוכן אויף וויקיפידיע אז די סטאטיסטיק שטימט נישט, ראובן קען טרעפן פלאגיאריזם אין מיין תגובה, אבער דאס איז דער פאקט.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווען ס'קימט ווען ארויס היינט א קאר וואלטן די יושבי חושך געפארן מיטן פערד און וואגן, ר"ל א קאר קען מען אנקימען צו די ערגסטע פלעצער , איי מיט א פערד און וואגן אויך, יא אבער נישט אזוי גרינג און שנעל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איסר האטלקי האט געשריבן:ר' אבא חיה זאל מיר מוחל זיין אבער 100 פראצענט שלום בית פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן מיטן חתונה האבן!!

העניך קען זוכן אויף וויקיפידיע אז די סטאטיסטיק שטימט נישט, ראובן קען טרעפן פלאגיאריזם אין מיין תגובה, אבער דאס איז דער פאקט.

ביי אונזערע קרייזען הייבט זיך עס שוין אן ביי די ״בעשאו״
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער עולם כאפט נישט.

אלעס הייבט זיך אן ביי די בר מצוה. איינמאל מ'טיט אן די ר''ת, הייבט אלעס אטומאטיש אן צו פארן דרום...
כ'קען אן א שיעור בר מצוה בחורים וועלכע האבן זיך אנגעהויבן צו דערקיילקעלן נאכן אנטאן אט די דאזיגע הייליגע לבוש.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: א תיקון טעות אין די ווערטער פון רבי אבא חייא טויבער שליט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קאך_לעפל האט געשריבן:דער עולם כאפט נישט.

אלעס הייבט זיך אן ביי די בר מצוה. איינמאל מ'טיט אן די ר''ת, הייבט אלעס אטומאטיש אן צו פארן דרום...
כ'קען אן א שיעור בר מצוה בחורים וועלכע האבן זיך אנגעהויבן צו דערקיילקעלן נאכן אנטאן אט די דאזיגע הייליגע לבוש.
אדער נאך פריער, ביי פרשת משפטים
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גראדע האט זיך עס אנגעהויבן ביי די 'פערסאנעלס' סעקשן אינעם איד פאר פערציג יאר צוריק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האטלקי האט געשריבן:ר' אבא חיה זאל מיר מוחל זיין אבער 100 פראצענט שלום בית פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן מיטן חתונה האבן!!

העניך קען זוכן אויף וויקיפידיע אז די סטאטיסטיק שטימט נישט, ראובן קען טרעפן פלאגיאריזם אין מיין תגובה, אבער דאס איז דער פאקט.

איסר האיטלקי: דו ביסט 100% גערעכט. איך קען א איד וואס נאכדעים וואס ער האטציך געג'ט, האט ער אנגעהויבן צו לעבן אויף די וועלט. בשעת ער איז געווען חתונה געהאט איז ער געווען א מאגער, איינגעצויגן איד'ל. נאכדעים וואס ער האט ציך למזל ולברכה געג'ט, האט ער אנגעהויבן צו דאווענען מיט א שפעט מנין אין שומרי שבת. ער איז געווארן אן עגול ואשמח. ער האט צוגענימען א היפשע פאר (הונדערט) פונט. און די גרויע האר אין זיין בארד זענען פארשוואונדן. און מ'האט אנגעהויבן צו זעהן א שמייכל אויף זיין פנים...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הרב אבא חייא טויבער שליט"א איז א נואם בחסד עליון און האט א אוצר פון ידיעות און איז בכלל נישט קיין קליינקעפיגער מענטש ווי עס זעט זיך אויס פון די אויבנדערמאנטע ווערטער, דער איד איז נישט קיין רב וואס לעבט אויף קהל'ס געלט און פלוידערט איסורים טעגליך, ער האט אלע זיינע יארן געארבעט און אפילו היינט טוט ער נאך ביזנעס, ער איז אויך א מגיד שיעור אין ישיבה גדולה שער אפרים, בקיצור, ער איז נישט קיין מפגר ווי אלע מפגרים.

די שטיקל וואס עס ווערט דא געברענגט אין אנהייב פונעם אשכול איז רעזולטאטן פון דאס שיגעון א וויזשניצער אינגערמאן אין מאנסי וואס גיבט ארויס די גליון השמיעיני את קולך וואס איז איין גרויסע גארביזש קען וואו אלע כולל אינגעלייט און צאן לטבח אידן רעדן אריין זייערע שטותים והבלים און אומוואוסנשאפט איבער די אינטערנעט.

היות הרב טויבער שליט"א איז בארימט אז ווען ער האלט א זאך וועט אים גארנישט אפשטעלן פון דאס זאגן, איז ער אין די גאס באקאנט אלס עקסטרעמיסט, אבער קענענדיג אים פערזענליך ווייס איך אז ער איז א שטארקער אידעאליסט און ער לאזט זיך נישט איבעררעדן, דעריבער ווען ער נעמט א שטעלונג קעגן אינטערנעט איז גאר גרינג צו נוצן זיין נאמען ווייל מע קען אים דאך ממילא אלס עקסטרעמיסט, און ווילאנג עס קומט נישט ארויס קיין מכשול פון זיינע ווערטער טוט ער גארנישט דערצו אפילו עס ווערט פארשפרייט ווייל ער גיבט נישט קיין דעקל וואס מען האלט אויף אים, ווען די מאמענט האט אנגעהויבן דרוקן זיינע שיעורים אן זיין רשות האט ער זיי אנגערופן זאגן אז זיי קענען שרייבן אז עס קומט פון זיינע שיעורים אבער נישט אז ער גיבט דאס פערזענליך איבער פארן מאמענט, דאס איז עס, יעדער נעמט זיינע ווערק און ארבעט עס איבער וויאזוי אים שמעקט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען ס'קימט ווען ארויס היינט א קאר וואלטן די יושבי חושך געפארן מיטן פערד און וואגן, ר"ל א קאר קען מען אנקימען צו די ערגסטע פלעצער , איי מיט א פערד און וואגן אויך, יא אבער נישט אזוי גרינג און שנעל.

קאצקע ציקער: איך בין נישט מסכים מיט דיר: ס'מעגליך אז די רעבעס און רבנים וואלטן גע'אסרט קארס פאר'ן המון עם. אבער וואס וואלטן זיי געטון אן די לימאוס...! זיי וואלטן שוין זיכער געטראפן עפעס א פסוק אדער א ירושלמי אדער א מדרש הנעלם פון וואו מ'דרינגט זיך אויף אז די רעבעס דארפן האבן און זענען מחויב צו ארומפארן מיט די שענסטע און טייערסטע לימאוס. ערגעץ פון די שירה. א דרוש אויפ'ן פסוק מרכבות פרעה וחילו. מכח א קל וחומר. מה דאך פרעה האט געמעגט. כל שכן די רעבעס און רע-בנים...!
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

שליחה דורך זאפטיג »

די לאכסט?
איך האב אמאל געהערט פון א גרויסע רב (נאך פאר דער סמארטפון) אז מען דארף אסר'ן GPS ווייל דאס האט שוין ליידער אראפגעפירט צענדליגע יונגערלייט. זיי זענען אנגעקומן צום ערגסט
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

זיך גט'ן

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

חברה רבותי איך גיי נישט זאגן אז אינטערנעט איז א הייליגע זאך וד"ל
אבער די מערסטע וואס ניצן אויס די טעכנעלאגיע זענען די רבנים, ווייל אנשטאט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און אריינלייגען כוחות אין די בחורים און אינגעלייט און נעמען די אחריות אויף זיך - גיט מען א שיס א סטעימענט אז דער אינטערנעט איז שולדיג...
איך בין לעצטענס געזעצן מיט מיין חבר און אביסל דורך געטוהן דעם נושא, מיר האבן געמאכט דעם חשבון אז ווען איך בין געווען א קינד בערך 35 יאר צוריק איז געווען בערך 10 געגעטע מענטשן אין א קהילה וואס האט דעמאלטס געציילט פון ארום 400 מענטשן, היינט וואס אלע קהילות זענען זיך צוואקסען איז נארמאל פראצענטיש אז פון א קהילה וואס באשטייט פון 3000 מיטגלידער זאל זיין 100 געגטע משפחות, אבער דאס איז נישט דער מציאות, עס איז אסאך ווייניגער,
פארשפארט