בלאט 1 פון 1
כולל הכנה דרבה!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:13 pm
דורך חסיד פון ליטא
מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן פארן חשוב'ן ציבור אז נאך די גרויסע נאכפראגע פון אסאך היימישע חסידישע אינגעלייט איבער א הכנות כולל, איז אונז ב"ה געלונגען צו צאמשטעלן א גרופע אינגעלייט יראים ושלמים מיט שיעפע טאשן אן קיין שום סארט סמארטפאונס וואס וועלן זיצען לזכות הרבים פיר שעה הכנות יעדן איינציג טאג פונעם יאר!
די יונגעלייט זענען באהאווענט מיט אלע כוונות פון די גרויסע הכנות, ווי אויך וועלן זיי נוצן משיירי הנייר וואס אסאך גרויסע רעבע'ס האבן גענוצט, ועל דעתם וכונתם וועלן זיי מאכן.
מיר פארמאגן ספעציעלע פילן וואס וועט העלפן די יונגעלייט אין פאל פון עצירות.
אזוי אויך וועלן מיר האבן א ברייטע מעניו פון אלע סארטן הערינג, טשולנט מיט זכר בונדלעך.
עס איז פארפאסט געווארן א ספעציעלע לשם ייחוד דורך א חשוב'ן דיין פאר דעם צוועק, אויסשליסליך פאר אונזער כולל.
מעמבערשיפ קאסט זייער ביליג, בלויז 100 דאלאר א חודש, און פארדעם וועלן די יונגעלייט זאגן אייער נאמען בשעת'ן קינוח און דערנאך ביים פלאשן און ווי פארשטענדליך ביי אשר יצר!
איר קענט רואיג גיין ארבעטן בשעת אונזערע יונגעלייט וועלן מאכן פאר אייערט וועגן.
מען קען אויך צאלן פאר אן איינצעלע הכנה פאר בלויז צעהן דאלער א געווענליכע. פופצן דאלער פאר א דשאמבאו און צוואנציג דאלער א דייהעריע און פינף און צוואנציג פאר אן עמערדשענסי.
רופט שוין 718-387-1750
רופט שוין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:20 pm
דורך גדליה
כולל ״בעל פעור״
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:17 pm
דורך לבי ובשרי
דאס דערמאנט מיר פונעם נייעם "מקוה כולל USA", גאר א שטארקער זיכוי הרבים אפאראט.
עס זיצן אין א מקוה-בור א מנין ערנסטע יונגעלייט, און ווען עס קומט אריין א הזכרה, געבן זיי זיך זאפארט א טובל! לשם מצות מצוה!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אייך הייב געקיילוירט פייר גיילייכטייר...יייישר כיייח...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען מ'זעהט עס לייוו, איז עס שוין גארנישט אזוי לאכעדיג... פשוט אן עקל א רחמנות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:40 pm
דורך יין שרף
אז מען צאלט א סובסקריפטשען דארף מען נאך אלץ אליין גיין אדער איז עס אזוי ווי תהלים כולל, און זיי טוהן די גאנצע דשאב?
Re: כולל הכנה דרבה!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:05 pm
דורך גראף
די זיצערס גייען מיט נעמען קאפס מיט וואסער ?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Re: כולל הכנה דרבה!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:25 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'וועלן זיין ליינס צום ביהכ"ס אזוי ווי אין ראדני??
Re: כולל הכנה דרבה!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:32 pm
דורך חסיד פון ליטא
יעצט אריינגעקומען א טייטש פון א גאר חשוב'ע מו"ץ דק"ק גדולים.
'יושב, תהילות ישראל', אז טאמער זענען אידן מקיים דעם עניין פון 'יושב' דאן וועלן ארויפגיין אלע תהילות ישראל! ודפח"ח.
נ.ב. עס ווערט דרינגנד געזיכט א במקום זיצער וויבאלד איינע פון די יושבי קרונות האט בטעות געמאכט אן עקסידענט ופער במכנסיים מחמת גודל התלהבותו. ווער עס קען זיך משתתף זיין זאל ביטע מעלדן אין אישי.
ווי אויך האבן מיר א ביזנעס פון פארקויפן זבל פרדותיו של יצחק פאר די וואס ווילן מזבל זיין די פעלדער מיט אט די הייליגע גדולים (איר באקומט אויך א חתיכה לעמינעיטעד לשמירה ולהצלחה אינקלודעד אינעם פרייז), א פעקעדש פאר א בית כור עפר איז בלויז צוויי טויזנט טאלער! יא, איר האט גוט געליינט. דאס איז האלב פרייז. די סעיל וועט זיך ענדיגן זינטאג ביי זמן קרי"ש. כאפט ווילאנג ס'נאך דא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:33 am
דורך איסר האטלקי
איז שוין דא וואך נאכט פעקעדזשעס אזוי ווי תהילים און חצות כוללים האבן?
ווייל נעכטן האב איך געהאט א וואך נאכט און ס'גייט זייער שווער היינט...
Re: כולל הכנה דרבה!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:14 pm
דורך חסיד פון ליטא
איסר האטלקי האט געשריבן:איז שוין דא וואך נאכט פעקעדזשעס אזוי ווי תהילים און חצות כוללים האבן?
ווייל נעכטן האב איך געהאט א וואך נאכט און ס'גייט זייער שווער היינט...
מיר מאכן צעהן פעקלעך יעדן טאג, ס'נעמט פיהר שעה א פעקל.
נאכן עסן פון אונזערע מאכלים קענט איר זיין פארזיכערט צו זיין וואך א גאנצע נאכט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:17 pm
דורך Samkoton
אפדעיט:
היות די נאכפראגע איז גרויס און די בתי הכנות זענען איבערגעפילט עד אפס מקום. איז אונז געלונגען צו אריינברענגן א שיפמענט פון פעמפערס פאר ווער עס באגערט.
די פעמפערס זענען דא צו באקומען אין רבינו תם'ס סייז און אויך אין רבינו העינס סייז.
די מעלות זענען אומצאליג. מיט די פעמפערס קענט איר זיין אויף דער פריי בשעת די הכנות און נישט דארפן זיין איינגעשפארט אין א ד' על ד'. ווי אויך קענט איר זיצן אין כולל חצות בשעתן כולל הכנות און מאכן דאפלט די געלט.
פאר פרטים ווי מען קען אויפפיקן די פעמפערס ביטע פרעגט אין אישי
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 3:04 pm
דורך שמעקעדיג