בלאט 1 פון 1

נארישקייטן די מוסלימענער זאגען

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:29 pm
דורך גדליה
אזוי ווי מ'האטצעך גענומען איבער די קוראן לעצטענס, שלאג איך פאר אונז זאל מער עקספלארירען אלע מיני נערישקייטען וואס די מוסלעמענער זאגען אלץ, לאמיר זעהן וואס דער געלעהמטער טערק האט צו פארקויפען.
שייך מוחאמאד על אבדול האט אמאל געזאגט אין א פראפאגאנדע רעדע: דער קוראן "שאפט" די מציאות! (עפ"ל)
(אגב, איר זאלט כאפען וואס דא טוצעך, מ'זאגט אז איבראהים יוסוף איבן מוחאמאד, דער קרוין פרינץ פון די אבדול פאמיליע, האט אמאל געשיקט א אונטערשמש זאל אונטערצינדען די הויז פין עפעס א אראבער וואס האט שטארק קריטיקירט די רעזשים און האט געדאווענט אין א אנדערע מעטשעט, רחמנא ליצלן אזוינע רוצחים)
די מוסלעמענער זאגען אז אויף יענע וועלט גייט מען באקומען שכר פאר זיך מוסר נפש זיין פאר איסלאם!!!!
זיי זאגען אז זייער נביא שקר מוחמד האט גערעדט צו ג-ט אליין.... חחחחחח
וואס נאך נארישקייטען זאגען די מוסלעמענער?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: דער שעיך דאוויד איבן יאקוב יוסוף לייקנט דאס אלעס אפ. ער זאגט אז אין קאראן שטעיט אז מ'דארף געין בדרכי נועם. און אז ער האט נישט געשיקט דעם יונגן שעיך אבדולל שפיטצער אז ער זאלל אונטערצינדן אן אנדער'ן אראבישן ברודער'ס הויז ווייל ער דאוונט אין אנ'אנדער'ן מעטשעט. נאר פון די פייער'דיגע שעלעשידעס טוירעה זענען ארויס פונקען און אנגעצינדן דאס הויז פון די מורדים...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין מוחה אויף די שרעקליכע דברי זלזול וכפירה בתורתנו הקדושה, ווער זענען אונז בכלל אריינצורעדן אין אזעלכע דקות'דיגע ענינים, וואס אפילו מוחמד אליינס האט נישט פארשטאנען?

הערטס אביסל דברים של טעם, און טוטס שוין תשובה, פאר ס'איז צו שפעט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:21 pm
דורך גדליה
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה: דער שעיך דאוויד איבן יאקוב יוסוף לייקנט דאס אלעס אפ. ער זאגט אז אין קאראן שטעיט אז מ'דארף געין בדרכי נועם. און אז ער האט נישט געשיקט דעם יונגן שעיך אבדולל שפיטצער אז ער זאלל אונטערצינדן אן אנדער'ן אראבישן ברודער'ס הויז ווייל ער דאוונט אין אנ'אנדער'ן מעטשעט. נאר פון די פייער'דיגע שעלעשידעס טוירעה זענען ארויס פונקען און אנגעצינדן דאס הויז פון די מורדים...!

יעצט האסטו מיך געמאכט לאכען...! :lol: :lol: :lol: