בלאט 1 פון 3
ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:26 pm
דורך חסיד פון ליטא
בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.
ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.
וואס האלט דער עולם?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
"זו היתה אפוא מטרת טקסי הקודש: שלא יעשו הבריות דבר לפי החלטתם הם אלא הכל יעשו במצוות זולתם, ויודו בכל מעשיהם ומחשבותיהם שאינם עומדים כלל וכלל ברשות עצמם אלא תלויים לגמרי ברשות זולתם." - ברוך שפינוזה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:26 pm
דורך קומזיץ
זיי מיינען די פסוק תמים תהי' עם ה' אלקיך
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 12:42 am
דורך אישתישבי
נעה, זיי מיינען דער פסוק זכר תמים יקריבנו.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 12:57 am
דורך רביה''ק זי''ע
פרה אדומה תמימה...
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:35 am
דורך טרויבן88
חסיד פון ליטא האט געשריבן:בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.
ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.
וואס האלט דער עולם?
תמימותדיגע אינגעלייט ווילן האבן תמימותדיגע קינדער, וואסע זוי אינטערעסאנט...
עס איז א געוויסע קאנטראל פריק מיינדסעט פון נישט לאזן זאכן אויסשפילן פון זיך אליינס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:40 am
דורך גדליה
ווילט איר האבען ערליכע קינדער?
ווילט איר האבען תמימות'דיגע קינדער?
ווילט איר האבען שיינע קינדער?
מאכט זיכער איהר וועלט אויס די ריכטיגע ספערם
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:44 am
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:ווילט איר האבען ערליכע קינדער?
ווילט איר האבען תמימות'דיגע קינדער?
ווילט איר האבען שיינע קינדער?
מאכט זיכער איהר וועלט אויס די ריכטיגע ספערם
כ'וואלט ציגעלייגט אויך "די ריכטיגע גראז", (ובפרט במוצ"ש ) נאר בדרך כלל העלפט עס נישט...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:55 am
דורך אישתישבי
גראדע דא ווערט געברענגט אז איינער האט געוואלט דוקא קינדער וואס ענדיגן ש"ס ביי די פינף און צוואנציג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:22 pm
דורך Buddy
צו באמערקן:
אויף די רעזומעי פון הגה"צ רבי מיכאל בן ארי שליט"א איז געמעלדעט אז ער טוט העלפן ראטעווען די תוצאה פון אווערדאז פון תמימות:
כלכלה ורווחה:
יש מי שמאשים אותנו שאנו לא עוסקים בנושאים הללו. בכנסת עסקתי בזה בלי סוף. נושא פגיעות מיניות בילדי הציבור החרדי שהם מאוד מאוד תמימים ונפגעים, נושא ההתאבדויות בצבא שהוא נושא כאוב שעסקנו בו כמה וכמה פעמים. הצעת החוק הראשונה שלי בכנסת היתה בנושא של מפעל ענק בצפון שנסגר ומאות עובדים נשארו ללא פרנסה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס דען מיינסטו וויל די רע-בנים אז אונזערע קינדער זאלן זיין תמימות'דיג? נעקסטע מאל דו זעסט איינעם רעדן וועגן תמימות, זאלסטו גלייך רופן ר' נחום'ען...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:04 pm
דורך הקטן
חסיד פון ליטא האט געשריבן:בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.
ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.
וואס האלט דער עולם?
נישט דא אין דעם א כלל, ווענד זיך א יעדער און וואס ער זעט די חשובסטע זאך, די אידיאל, און לעבן.
ס'דא עלטערן וואס ווילן זייער קינדער זאלן דוקא ווערן דאקטוירים אדער לויערס, און דאס איז זייער גרעסטע נחת
דערנאך איז דא עלטערן וואס זאגן וואס גייט דאס מיך אן, זאל ער ווערן א גענגסטער, אויב ער וויל, זיי האבן א די גרעסטע נחת צו זעהן ווי זייער קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:21 pm
דורך בשםואין
יעדער שטרעבט דאך אז משיח'ס פינגער זאל זיין געוואנדן אין די דירעקציע פון זיינע קינדער און אייניקלעך...
...דארט אויף דעם קליינעם הייפעלע פון יא.
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:19 am
דורך חסיד פון ליטא
הקטן האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:בינעך לעצטענס אדורכגעגאנגען א קופקע אין סמעדריש, הער איך ווי דער קופקע פירער שפרעכט מיט באק ציינער ובתוך דבריו; 'יעדע נארמאלע מענטש (פרומע איד) וויל האבן ערליכע תמימות'דיגע קינדער'.
ס'איז מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער, ס'הייסט איך בין אפיציעל פון די נישט נארמאלע, ווייל ביי מיר איז די גרעסטע נחת צו זעהן ווי מיין קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן וואס איך בין לאו דוקא געצויגן דערצו, לדוגמא, א מוזיק סטייל וואס שמעקט מיר אביסל צעלאזט, א טשעלענדשינג שאלה וכדומה. דאס איז ביי מיר א סימן אז דאס קינד ווערט ערוואקסן און טאנצט נישט נאך דעם שטראם בלינדערהייט.
וואס האלט דער עולם?
נישט דא אין דעם א כלל, ווענד זיך א יעדער און וואס ער זעט די חשובסטע זאך, די אידיאל, און לעבן.
ס'דא עלטערן וואס ווילן זייער קינדער זאלן דוקא ווערן דאקטוירים אדער לויערס, און דאס איז זייער גרעסטע נחת
דערנאך איז דא עלטערן וואס זאגן וואס גייט דאס מיך אן, זאל ער ווערן א גענגסטער, אויב ער וויל, זיי האבן א די גרעסטע נחת צו זעהן ווי זייער קינד אנטוויקלט זיין אייגענעם טעם אין זאכן.
די שאלה איז פארוואס איינער וויל זיינע קינדער זאלן זיין דאקטורים און לויער'ס, אויב ווייל אזוי וועט עס באפרידיגן זיין עגו און משפחה סטאנדארט אין לך מושחת גדול מזה, ס'הייסט ער פאשקלאפט די קינדער צו דינען זיינע אינטערעסן.
טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:50 am
דורך שלום על ישראל
חסיד פון ליטא האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס איינער וויל זיינע קינדער זאלן זיין דאקטורים און לויער'ס, אויב ווייל אזוי וועט עס באפרידיגן זיין עגו און משפחה סטאנדארט אין לך מושחת גדול מזה, ס'הייסט ער פאשקלאפט די קינדער צו דינען זיינע אינטערעסן.
טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.
צווישן שווארץ און ווייס, זענען די שאטענס פו גרוי...
איך רעד נישט פון די וואס ווילן טאקע גארנישט מער ווי די כבוד משפחה, איז אבער פארהאן א ווילן פאר וואס איז די בעסטע פאר'ן קינד. דאס קען נישט אייביג דערגרייכט ווערן דורכ'ן רעדן שיין צום קינד. פרוביר צו "אויפקלערן א צוויי יעהריגס פארוואס בליטש איז נישט קיין תכלית, און לאז אים מאכן זיין אייגענע החלטה... ווען דאס קינד איז שוין גענוג אלט, איז צופיהל מאל שוין צו שפעט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:29 am
דורך הקטן
חסיד פון ליטא האט געשריבן:טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.
וואס מאכט דיך מיינען אז פילן פרייליך אדער פילן סיפוק, איז די אלטימעטע?!
דו האלסט אז פילן פריילעך איז די העכסטע דערגרייכאנג און א צווייטער האלט אז האבן א פרעזדשיפאל שטעלע איז וואס איז די אלטימעט גוט, טוט ער אלס וואס ער קען אז ער זאל גיין אין קאלידש ווערן א דאקטער, ער איז איבערצייגט אז ביי די 50 וועט אים זיין זון דאנקען דערפאר. און אויב וועט ער אים יעצט לאזן גיין במקום שלבו חפץ וועט ער יעצט הנאה האבן אבער סוף סוף חרטה האבן.
ס'דא וואס האלטן אז שטארבן וואו א הירא פאר די מיטער לאנד איז די שפיץ וואו איינער קען דערגרייכן, ווער ביסטו אריינצירעדן וואס מיינט סוקסעס אין לעבן.
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:51 am
דורך חסיד פון ליטא
הקטן האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.
וואס מאכט דיך מיינען אז פילן פרייליך אדער פילן סיפוק, איז די אלטימעטע?!
דו האלסט אז פילן פריילעך איז די העכסטע דערגרייכאנג און א צווייטער האלט אז האבן א פרעזדשיפאל שטעלע איז וואס איז די אלטימעט גוט, טוט ער אלס וואס ער קען אז ער זאל גיין אין קאלידש ווערן א דאקטער, ער איז איבערצייגט אז ביי די 50 וועט אים זיין זון דאנקען דערפאר. און אויב וועט ער אים יעצט לאזן גיין במקום שלבו חפץ וועט ער יעצט הנאה האבן אבער סוף סוף חרטה האבן.
ס'דא וואס האלטן אז שטארבן וואו א הירא פאר די מיטער לאנד איז די שפיץ וואו איינער קען דערגרייכן, ווער ביסטו אריינצירעדן וואס מיינט סוקסעס אין לעבן.
פרעסטיזשפולע שטעלע מיינט אז כבוד ברענגט אים סיפוק, ס'קען זיין אז דער פאטער האט אזא תכונת הנפש, אבער ס'נישט קיין מיינונג. זיין קינד מעג האבן אן אנדערן תכונת הנפש און דער פאטער ברויך אים בויען דערמיט (אויב מיינט ער דעם קינד'ס טובה).
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:58 am
דורך הקטן
וואס איז אייער שטעלאנג אז דער קינד זאגט ער איז נישט אינטערעסירט און "סיפוק"!
ער וויל פלעין פילן גוט און זאן high - און וויל זיין אויף דראגס זיין גאנצע לעבן, דאס איז זיין תכונת הנפש?
דו האלסט אז דער פאטער ברויך אים בויען דערמיט (אויב מיינט ער דעם קינד'ס טובה)?
בכלל קוקט אויס אז די ביסט מער מחשיב short term סיפוק איבער long term - איז דאס א תכונת הנפש זאך?
פרעסטיזשפולע שטעלע מיינט אז כבוד ברענגט סיפוק, מיט די צייט, דער קינד מיז דאס נאך יעצט נישט וויסען, איז פארוואס אויב א טאטע מיינט די דעם קינד'ס טובה, און זעט אז דאס ליגט אויך אין די קינד'ס תכונת הנפש, זאל ער אים נישט אינקארידשען און בויען דערצי?
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:02 am
דורך חסיד פון ליטא
שלום על ישראל האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס איינער וויל זיינע קינדער זאלן זיין דאקטורים און לויער'ס, אויב ווייל אזוי וועט עס באפרידיגן זיין עגו און משפחה סטאנדארט אין לך מושחת גדול מזה, ס'הייסט ער פאשקלאפט די קינדער צו דינען זיינע אינטערעסן.
טאמער וויל ער אזוי ווייל ער האלט אז דאס וועט מאכן דעם קינד פרייליך און פילן סיפוק, דאן קען מען אים אויפקלערן שיינערהייט אז ווען דאס קינד וועט טוהן במקום שלבו חפץ מיט דיינע שטיצע וועט ער סך מער הנאה האבן.
צווישן שווארץ און ווייס, זענען די שאטענס פו גרוי...
איך רעד נישט פון די וואס ווילן טאקע גארנישט מער ווי די כבוד משפחה, איז אבער פארהאן א ווילן פאר וואס איז די בעסטע פאר'ן קינד. דאס קען נישט אייביג דערגרייכט ווערן דורכ'ן רעדן שיין צום קינד. פרוביר צו "אויפקלערן א צוויי יעהריגס פארוואס בליטש איז נישט קיין תכלית, און לאז אים מאכן זיין אייגענע החלטה... ווען דאס קינד איז שוין גענוג אלט, איז צופיהל מאל שוין צו שפעט.
ווער רעדט דא פון רעדן שיין צום קינד? א צוויי יעריג קינד מאן דכר שמיה? גראדע קען מען אויפקלערן א צוויי יעריג קינד אז בליטש איז נישט קיין עסק, והא ראיה כמעט יעדע צוויי יעריג קינד האט דאס פראבירט צו עקספלארן און זענען נישט געבליבן ביים זיך פיטערן דערפון.
אבער מיר רעדן דא פון א קינד וואס צייגט א געוויסע תכונת הנפש, לדוגמא, ער גלייכט צו ארומלויפן און טוהן און אויפטוהן זאכן (רוף עס ADHD), דער טאטע האט אבער געחלומ'ט אלס קינד אז זיין זוהן וועט זיין א לויער, איז דער טאטע א שוטה אדער א רשע.
Re: ווילט איר האבן תמימות'דיגע קינדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:05 am
דורך חסיד פון ליטא
הקטן האט געשריבן:וואס איז אייער שטעלאנג אז דער קינד זאגט ער איז נישט אינטערעסירט און "סיפוק"!
ער וויל פלעין פילן גוט און זאן high - און וויל זיין אויף דראגס זיין גאנצע לעבן, דאס איז זיין תכונת הנפש?
דו האלסט אז דער פאטער ברויך אים בויען דערמיט (אויב מיינט ער דעם קינד'ס טובה)?
בכלל קוקט אויס אז די ביסט מער מחשיב short term סיפוק איבער long term - איז דאס א תכונת הנפש זאך?
טאמער דאס קינד ליידט פון סיי וועלכע פסיכולאגישע פראבלעם, ווי אין דעם פאל, אדיקשאן, איז פארהאן א פליכט אויפן פאטער אים צו נעמען צו א פראפעשענאל וואס זאל אים היילן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:07 am
דורך הקטן
דו ריפסט דאס עדיקשען, פסיכולאגישע פראבלעם!
די קינד ריפט דאס סיפוק, תכונת הנפש!
ווער געט דיך רשות אלס טאטע ארויפציצוויגען דיין אדער סעסייעטיס מיינאנג!
(איך האב ציגעלייגט צי מיין פריערדיגע תגיבה)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:14 am
דורך הקטן
איך מיין אז אלע דא האלטן אז א טאטע דארף\זאל טון שתדלות לטובת דעם קינד.
די שאלה ווערט יעצט וואס איז די "טובה" פארן קינד.
בין איך גערעכט?