בלאט 1 פון 2
טעותים וואס איך הער מענטשן מאכן אין שוהל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:41 am
דורך טאמבל סאס
איין שבת האט דער בעל מפטיר געזאגט על התורה ועל העבודה צוויי מאל, די שבת'דיגע און די יו"ט'דיגע. די רב האט אים געדארפט שטיל מאכן אינמיטן. שכוח שכוח שכוח... ער איז געווארן פארחלומ'ט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:44 am
דורך טאמבל סאס
נישט לאנג צוריק האב איך געהערט די בעל תפלה אויספירענדיג יראו עינינו, ביי מעריב אינדערוואכן. כי המלכות שלך הוא ולעולמי עד תמלוך בכבוד כככתוב בתורתיך וכו' ביום ההוא ה' אחד ושמו אחד.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:50 am
דורך טאמבל סאס
דער בעל תפלה אין א געוויסער פרייטאג צונאכטס האט געמאכט א ראן סטרעיט פאר ברוך אתה ה' אלוקינו אלוקי אברהם, אויסלאזענדיג גענצליך ויכולו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:52 am
דורך טאמבל סאס
א בעל תפלה ביים ארויסנעמען די ספר שבת ביי שחרית, ווענט סטרעיט פאר גדלו, כאילו זייענדיג נישט גורס שמע ישראל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:53 am
דורך berlbalaguleh
ביי אונז אין ביהמ"ד איז געווען 3 אידן וועלכע האבן געמאכט דעם זעלבן טעות ביים דאווענען. איינער איז אפי' געווען א תלמיד חכם. זיי האבן געזאגט ביי אז ישיר..."נהלת באזנך אל נוה קדשך"...!
איינער פון די 3 אידן. וועלכער איז נישט באוואוסט אלס תלמיד חכם, האט געזאגט ביי מוסף של ראש חודש..."וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...ער קען אפילו פשט אין דעם פסוק...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטנט. און געמאכט 12 אדער 13 ראשי חדשים...!
אויך אויף דעם פסוק..."נהלת באזנך" האבן די מענטשן א פשט. אז די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל. און דער אייבישטער האט זיי אנגעכאפט ביי די אויערן. און אריינגעפיהרט קיין ארץ ישראל...לאל...
נ.ב.: דאס וואלט אפשר געפאסט אריינצוגיין אין אשכול פון ..."מילתא דבדיחותא"...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:00 am
דורך berlbalaguleh
איינער, א חשוב'ער יונגערמאן. וואס לויט'ן חשבון האט געדארפט האבן געלערנט אין ישיבות האט געשריגן הויעך ביי מעריב..."עמך אהבת-תורה ומצוות"...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:07 am
דורך berlbalaguleh
די פאלגענדע מעשה'לע איז אן אנעקדאט אין דעם אידיש-חסיד'ישן פאלקלאר...אז ס'איז געווען אמאל א תקופה וואס א סאך פרויען זענען ל"ע אוועק פון די וועלט בשעת דעם געבורט פון זייערע קינדער. און איין טאג האט עפעס א פראסטער איד, אן ע"ה געדאוונט פאר'ן עמוד. און ר'האט געזאגט די ברכה...ברוך אתה ה' מברך הנשים...מיט גרויס כוונה. און די נשים זענען געהאלפן געווארן...!
אויך איז דא א מעשה'לע אז אן עם הארץ האט אמאל געזאגט ביי שמו"ע..."משען ו'מיטוואך... לצדיקים...! צו וואס דאס איז א סגולה ווייס איך נישט. אבער מעשה שהיה כך היה...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:28 am
דורך וואלווי
עפעס א בעלזע מעשה איז דא מיט אן עם הארץ וואס האט געזאגט בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפניך.
געדענק איך נישט די דיטעילס..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:52 am
דורך טאמבל סאס
איינער האט געזאגט רבי חנניה בן עקשיא אומר הקב"ה לזכות את ישראל.. נישט געפערליך, אומר גייט ארויף און אראפ. א דוגמא פון א טעות that happens to be right too.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 6:03 am
דורך טאמבל סאס
כ'האב געהערט איינעם זאגן נאך ברוך שאמר, מזמור לתודה הריעו לה' כל הארץ פצחו ורננו וזמרו וכו'. ער האט זיך נאר געכאפט ביי זיין מיסטעיק ווען ער האט באמערקט, דער מזמור לתודה נעמט עפעס לענגער ווי א געווענליכער מזמור לתודה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:44 am
דורך אישתישבי
מכבד געווען א עלטערע איד ביי הקפות צו זינגען האדרת והאמונה, דער זאגט הויך "הגוי והנצח".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס'געווען אמאל א ש"ץ וואס האט געזאגט "אבינו מלכנו שלח רפואה שלימה לפניך..."
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:32 am
דורך איסר האטלקי
אין סאטמאר האט אמאל צוגעשיקט צום עמוד עפעס א בנש"ק וואס האט זיך געהאלטן פאר א רבי'לע, מען האט געהערט ווי ער לאזט אויס ברוך קל ההודאות אנשטאט כי מעולם קוינו לך. ווען מ'האט אים געפרעגט פשט האט ער געענטפערט וואס הייסט, איך בין דאך א רב מילא זאג איך 'מודים דרבנן'....
Re: טעותים וואס איך הער מענטשן מאכן אין שוהל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:39 am
דורך צפור בודד
איינער האט איינעם געפרעגט איבער א מקור פאר נישט עסן פיש מיט פלייש צוזאמען. ענטפערט יענער ווי א דבר פשוט, וואס הייסט? בשר ודגים? אן איסור אין דער תורה
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:42 am
דורך תורה ומדע
א בעל תפילה האט פאר געזאגט די שירה שביעי של פסח, ״עזי וזמרת קה ויהי לי לישועה… ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה…
Re: טעותים וואס איך הער מענטשן מאכן אין שוהל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי האט געשריבן:עפעס א בעלזע מעשה איז דא מיט אן עם הארץ וואס האט געזאגט בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפניך.
געדענק איך נישט די דיטעילס..
עס האט אמאל א באלעבאס א גביר געזוכט א תכשיט פאר זיין טאכטער. איז ער געפארן צו א גרויסע ישיבה, און געפרעגט ביים ראש ישיבה ווער ס'איז זיין בעסטע בחור. האט ער געצייגט אויף א געוויסע בחור, וואס האט אויסגעקוקט ווי א שנארער מיט צוריסענע קליידער און שיך. דער ראש ישיבה האט אבער געזאגט אז ער איז א זעלטענעם תכשיט פון א ת"ח א בעל מדות וכו'. שליסט אפ דער באלעבאס דעם שידוך און ער גייט צום בחור'ס טאטענ'ס שטוב מיט אים צו שמועסן דערוועגן.
מורא האבענדיג אז א צווייטער וועט דעם בחור אויסכאפן, האט ער מסכים געווען שוין צו שרייבן תנאים, און אויפ'ן ארט האט מען א לחיים געמאכט. מ'האט געשמועסט אז דער בחור וועט קומען צום גביר'ס שטאט אין א פאר וואכן, און דארט וועט מען פייערן א תנאים כאחד הנגידים. בשעת מעשה אבער, האט מען פון ערגעץ געשלעפט א הארטע שטיקל לקח און אלטע ביר, און אויף דעם געמאכט א לחיים.
דער גביר האט, אויף זיין חשבון, געלאזט נייען א גאנצע שאפע קליידער פאר דעם בחור מיט זיין טאטען, ער זאל אויסקוקען לייטיש ביים תנאים. מיט א שיינעם הוט, א גאנצע צוגעפאסטע אנצוג און לאך-פרייע שיך, איז ער שוין עפעס אנדערש געווען. דער שווער האט גענומען מיט זיך די אלטע קליידער און דער בחור האט געלייגט ביי זיך אין קעשענע א שטיקל הארטע לקח פון די תנאים.
לימים, זחה דעתו של הבחור עליו. ער איז שוין צו גאט און צו לייט, א חתן ביים עושר אין שטאט, און דער שווער האט מחליט געווען אים צו דערמאנען פון וואנעט ער שטאמט. ער האט אים אריין גערופן און געוויזען זיין אלטע רעקל, מיט פלעקן און ריסען איבעראל. האט דער בחור ארויסגענומען די לקח פון קעשענע.
הייסט'ס דער בחור דארף וויסן ווער ס'האט אים געמאכט פאר א לייט, אבער ער זאגט זיין שווער ווי אנטציקט ער איז געווען אים צו נעמען פאר א איידעם עד כדי כך אז ער איז גרייט געווען צו עסן הארטע לקח.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האטלקי האט געשריבן:אין סאטמאר האט אמאל צוגעשיקט צום עמוד עפעס א בנש"ק וואס האט זיך געהאלטן פאר א רבי'לע, מען האט געהערט ווי ער לאזט אויס ברוך קל ההודאות אנשטאט כי מעולם קוינו לך. ווען מ'האט אים געפרעגט פשט האט ער געענטפערט וואס הייסט, איך בין דאך א רב מילא זאג איך 'מודים דרבנן'....
איסר האיטלקי: בערל בעל עגלה האט שוין געברענגט די מעשה. דאס איז געשעהן אין די עיר הקודש קרית יואל/פאלם טרי יצ"ו. דער איד האטציך געהאלטן פאר א רב בישראל. ר'האט געהאט א לעגיטימע שטעטל. אבער ער איז נעבעך געווען א געשוואלענער ע"ה. (ר'איז שוין געווען אן עלטערער איד ווען די מעשה האטציך פארלאפן. איך ווילל נישט זאגן מער פרטים. ווייל דער עולם וועט וויסן פון וועם ס'איז דער מדובר.) און ער האט געדאוונט מנחה פאר'ן עמוד. און ר'האט אויסגעלאזט אזווי ר' איסר האיטלקי האט דא פארציילט. ווען מ'האט איהם געפרעגט איבער דעם טעם. האט ער געענטפערט אז ער איז דאך א רב. און דערפאר האט ער געזאגט ..."מודים דרבנן"...!
ביי דעם זעלבן רב און גאון הדור איז זיך פארלאפן אן אנדערע, זיסע געשיכטע. ער פלעגט האבן א הייליגן מנהג פון ארומגיין אין ביהמ"ד שמועסנדיג מיט דעם טלית אויף די פלייצע. איין טאג ווען ר'האט געענדיגט שמועסן האט ער צוזאמגעלייגט זיין טלית און אריינגעלייגט אין טו"ת בייטל. און געגאנגען אהיים. ער האט געמיינט אז ער האלט שוין נאכ'ן דאווענען...!
איך האב געקענט דעם חשוב'ן רב...זצ"ל...! ער האט געהאט משפחה אין קרית יואל. אויף וועלכן צד זיי זענען געשטאנען, וועלל איך נישט זאגן. מפני חשש גילוי (של הבעל דבר)...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:55 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:די פאלגענדע מעשה'לע איז אן אנעקדאט אין דעם אידיש-חסיד'ישן פאלקלאר...אז ס'איז געווען אמאל א תקופה וואס א סאך פרויען זענען ל"ע אוועק פון די וועלט בשעת דעם געבורט פון זייערע קינדער. און איין טאג האט עפעס א פראסטער איד, אן ע"ה געדאוונט פאר'ן עמוד. און ר'האט געזאגט די ברכה...ברוך אתה ה' מברך הנשים...מיט גרויס כוונה. און די נשים זענען געהאלפן געווארן...!
הייסט אז פון דאנעט קומט דיין מליצה פון "לאורך ימים ונשים".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:19 pm
דורך אישתישבי
איז וואס האט דער בעל מברך הנשים געהאלטן, מען זאגט א ברכה שלא עשני אשה, און דא זאגט ער גאר מברך הנשים?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:37 pm
דורך גדליה
אישתישבי האט געשריבן:איז וואס האט דער בעל מברך הנשים געהאלטן, מען זאגט א ברכה שלא עשני אשה, און דא זאגט ער גאר מברך הנשים?
כ׳דערמאן זיך יעצט וואס ר׳ פרחיה זלע״ה פלעגט זאגען
פארוואס מאכט מען די ברכה שלא עשני אשה?
ווייל די ווייבער בענטשען אונז יעדען טאג מעגען אונז זיי צוריקבענטשען
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:28 pm
דורך יין שרף
גדליה האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:איז וואס האט דער בעל מברך הנשים געהאלטן, מען זאגט א ברכה שלא עשני אשה, און דא זאגט ער גאר מברך הנשים?
כ׳דערמאן זיך יעצט וואס ר׳ פרחיה זלע״ה פלעגט זאגען
פארוואס מאכט מען די ברכה שלא עשני אשה?
ווייל די ווייבער בענטשען אונז יעדען טאג מעגען אונז זיי צוריקבענטשען
בני דורו פלעגן זאגן אז ופרח לו האיש, אז ר' פרחיה פליט ארום פון איין אשכול צום צווייטן.. לעט הים רעסט אין פיס..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:34 pm
דורך יין שרף
אין די ביהמ"ד לעבן מיין הויז, גייט די "רב" צו צו מנחה יעדן ערב שבת, (נישט ידוע אויב ווייל זיין טאטע טוט אויך אזוי, אדער ווייל ער איז דער איינציגסטע אין ביהמ"ד בשעת מען פאנגט אן..)
עכ"פ ער זאגט ביי הודו ער"ש בקול רם ביים עמוד, תעו במדבר במישון דרך.. אויב איז איינער מעורר, האלט עס אן פונקלעך ביז די קומענדיגע הודו..
(ובזה אמר ר' פרחיה, טע"ו במישו"ן דרך..)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:34 pm
דורך יין שרף
יין שרף האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:איז וואס האט דער בעל מברך הנשים געהאלטן, מען זאגט א ברכה שלא עשני אשה, און דא זאגט ער גאר מברך הנשים?
כ׳דערמאן זיך יעצט וואס ר׳ פרחיה זלע״ה פלעגט זאגען
פארוואס מאכט מען די ברכה שלא עשני אשה?
ווייל די ווייבער בענטשען אונז יעדען טאג מעגען אונז זיי צוריקבענטשען
בני דורו פלעגן זאגן אז ופרח לו האיש, אז ר' פרחיה פליט ארום פון איין אשכול צום צווייטן.. לעט הים רעסט אין פיס..
די מילקשעיקער איז יעצט געקומען אין חלום זאגן די כוונה פון פ"ר העלם דבר של ציבור, פ"ר איז דאך ר"ת ר' פ'רחיה, אז ער זאל שוין ווערן העלם מן הציבור..