בלאט 1 פון 1

געגנבטע ספר תורה פין תשנ"ה איז צוריקגעקומען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 7:46 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען א מעמד הכנסת ספר תורה צום בית המדרש בית וועד לבחורי מכנובקא בעלזא אין ירושלים
דעם ספר תורה האט שוין געהאט אמאל א הכנסס"ת בשנת תשנ"ה אין די בראשית מכנובקא יארן
דעמאלטס איז עס צושטערט געווארן און עס האט זיך געענדיגט מיט עטליכע יודן אין שפיטאל און די ס"ת געגנבט.
ביי די שלום אפמאך צווישן בעלזא און מכנובקא איז צוריק געגעבן געווארן די ס"ת.

אויב איינער ווייסט אדער דעדענקט עפעס מער פרטים פין די פארווייטאגטע פרשה פליז ארויפקומען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:00 am
דורך איסר האטלקי
רגע שיא במאבק היצרי בין שתי החסידויות נרשם ב-1994. חסידות מכנובקא "הרימה ראש", פתחה בית מדרש חדש בירושלים ובבעלזא היריבה ראו בכך הכרזת מלחמה. "במודעות שהתפרסמו לקראת אירוע הכנסת ספר תורה במעמד פתיחת המקום בירושלים", נזכר אחד מחסידי מכנובקא, "השתמשנו בשמה של חסידות בעלזא. האירוע היה אמור להתקיים במוצאי שבת, אלא שבתחילתו הגיעו בהפתעה קבוצה של 300-400 בחורים מבעלזא שפוצצו לנו את האירוע. הם נקטו באלימות קשה, התפתחה קטטה שהסתיימה בפצועים והאירוע חרב".

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:01 am
דורך איסר האטלקי
כפי זכרוני איז דער מחנובקער רבי אליין אויך געשעדיגט געווארן אין יענע קריסטאל נאכט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:57 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
דאכט זיך מיר אז ער האט נאך אנגעיאגט צו כאפן פליטה מיט די פארוואונדעטע קאר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 5:03 pm
דורך גדליה
אה א געשמאק שטיקעל לשון הרע... איינער קען אריינקומען קלארער? וועלכע ספר תורה ווער איז גווען אין שפיטאל וועלכע שפיטאל וויפיל ביינער.
רעדטס רבותי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:41 pm
דורך שמעון וואלף
עפעס איז געווען דעמאלטס אז די משגיח אין בעלזע ישיבה האט געדרש'נט פאר די בחורים אז כבוד בית בעלז איז מער ווי כבוד התורה.
איך מיין אז בעלז מחנובקה האט דעמאלטס געריפן בעלז צו די תורה ביי עדה"ח און פארשטייט זיך זיי זענען נישט געקומען איז ארויסגעקומען א מכתב מחאה פון ר' משה ארי'. עפעס האלבע זאכן געדענק איך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 8:11 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
פנים חדשות בשעתו