בלאט 1 פון 1

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
או-קריינא דאיגרתא: איך קען אן אנדער'ן גרויסן אדמו"ר שליט"א וועלכער זאגט ביי ספירת העומר מיט גרויס התלהבות ביי דעם לשם יחוד..."ממחרת" השבת. מיט א קמ"ץ אונטער די רי"ש...אויב דער ווארט ממחרת איז מחובר צום ווארט השבת. דארף מען זאגן מיט א פת"ח. ווייל א קמ"ץ בים סוף ווארט איז מפסיק. און ער זאגט שוין אזוי בקול רעש גדול פאר א סאך יארן...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:37 pm
דורך שמעון וואלף
איך האב שוין מעורר געווען אויף די טעות מיט יארן צוריק, נאר זעהט אויס אז מרב"ץ ליינט נישט קאווע שטיבל (אפשר נאר צימעס).

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 8:49 pm
דורך יין שרף
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:כ'האב געזען א קליפ פון האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א ווי ער זינגט נעכטן נאכט ביי א שטענדער אין ביהמ"ד הגדול שערי ציון דבאבוב א ניגון לכבוד א סיום פון חבורת קנין תורה. זינגט ער "כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ וּבָהֶם נֶהֶגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה".

ביי מיר אין סידור שטייט "וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה" מיט א שוה אונטער די ה' - דאס מיינט מ'דארף עס ארויסזאגן נעה-גע, נישט נע-הע-גע.

אז דו ווילסט עפעס אמת'דיג, גיי אריין צו אים פריוואט און זיי עם מעורר אויף זיין טעות! פראק עם נישט אויס ברבים אויף זיין טעות, נישט שיין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 9:05 pm
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:

קריינא דאיגרתא ליהוי פרוונקא...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:07 pm
דורך יין שרף
בל"נ נעקסט טיים איך וועל זיין מיט אים פריוואט (און איך וועל געדענקן) וועל איך אים מעורר זיין דעראויף.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:46 pm
דורך אישתישבי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:22 pm
דורך יעקב מענטש
זאגן מיט א סגול איז מיינעך פונקט אזא טעות ווי עס לאזן סיילענט (כך שמעתי מדרדקי אחד)

Re: ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'דא וואס זאגן א שווא אין א סגול הברה, ווי למשל" "וישם "לך". אבער דאס איז געווענליך נאר אין אנהויב פון א ווארט וואס דאמאלטס איז עס א שווא "נע" משא"כ אינמיטן א ווארט קען עס אויך זיין א שווא נח, איז די שאלה יעצט צו איז עס א שווא נח אדער א נע, וואס אין דעם ווענדט זיך עס. אין די שווא אין די ווארט "נהגה" איז לכאורה א שווא נח, און ס'נישטא קיין שום סימן אז די שווא זאל זיין א נע, ווייל א סגול איז א נקודה קטנה, במילא איז די שווא נאכדעם א נח, ווי אויך איז נישטא קיין צוויי שווא'ן איינב נאכן צווייטן וואס דאס זאל אויך מאכן די צווייטע שווא פאר א נע, איז קען זיין אז די טעות נעמט זיך פון דעם וואס מאנכע זאגן א שווא אין א סגול הברה אין אנהויב ווארט.

Re: ובהם "נֶהְגֶּה" אדער "נֶהֶגֶּה"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יעקב מענטש האט געשריבן:זאגן מיט א סגול איז מיינעך פונקט אזא טעות ווי עס לאזן סיילענט (כך שמעתי מדרדקי אחד)
פארוואס עפעס?? אויב ס'איז א שווא נח קומט עס סיילענט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:56 pm
דורך גדליה
יין שרף האט געשריבן:
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:כ'האב געזען א קליפ פון האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א ווי ער זינגט נעכטן נאכט ביי א שטענדער אין ביהמ"ד הגדול שערי ציון דבאבוב א ניגון לכבוד א סיום פון חבורת קנין תורה. זינגט ער "כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ וּבָהֶם נֶהֶגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה".

ביי מיר אין סידור שטייט "וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה" מיט א שוה אונטער די ה' - דאס מיינט מ'דארף עס ארויסזאגן נעה-גע, נישט נע-הע-גע.

אז דו ווילסט עפעס אמת'דיג, גיי אריין צו אים פריוואט און זיי עם מעורר אויף זיין טעות! פראק עם נישט אויס ברבים אויף זיין טעות, נישט שיין.

אויב מ׳איז עם מעורר פריוואט אויף א טעות העלפט עס? כ׳האב א שיינע פאר זאכען וואס כ׳וויל עם מעורר זיין דערויף

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:39 am
דורך טייערע ברודער
נישט אזא גרויסע טענה.

ווען ס'וואלט געדארפט צו זיין א שווא נע אויפ'ן ה', און א ה' פארטראגט דאך נישט א שווא נע, וואלט געווען א חטף סגול.
ביי חסידים דרוקט מען אויס א חטף אויף א ה' מיט א הארכה אנשטאטס א חטף.
אויב אזוי זיין גרייז איז אז ער זאגט א שווא נע און נישט א שווא נח. נו נו, מ'האט שוין געהערט אזוינס!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:47 am
דורך אישתישבי
און אז ער מאכט יא א טעות איז וואס. ביי חסידים איז מען מקפיד נישט צו זאגן בדקדוק.