בלאט 1 פון 6

א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:32 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:35 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:05 am
דורך שושן פורים
אלעס פונעם טייערסטן, בעסטן, און שענסטן.

אבער פון די חתונה מאאל טשיינע קלאזעט קען מען זיך עפעס נישט אפגעזעגענען.

Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:05 am
דורך קלוגע יודל
צו וועם געהערט דאס?

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:06 am
דורך שושן פורים
יצחק ראבינאוויטש

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:35 am
דורך הקטן
פארוואס דא אויספאקן א פריוואטער מענטש?!
ס'דא געניג וואטסעפס גראפס פאר די קטנות

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:46 am
דורך איסר האטלקי
פארדעם האט ער דאך עס געבויט, נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:52 am
דורך הקטן
קען זיין יא קען זיין ניין.
ווייסט פאר א פאקט אז ער האט הנאה אז מען לייגט די בילדער דא?

זאל שוין זיין אז ער אליין האט דאס דא ארויפגעשטעלט, ברענגט דאס אויך אראפ די פלאץ דא.
פארוואס זאל דאס אינטערעסירן פאר באזעצענע מענטשען? הא קערס?!? פאר קרייאינג אט לאד!
לאמיך אויך אריין ווארפן די סליפערי-סלאפ ארגימענט און די מיק

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:25 am
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:פארוואס דא אויספאקן א פריוואטער מענטש?!

לייגן פיקטשערס הייסט אויספאקן? ס'איז גרויסע נייעס אז איינער בויט אזא הויז און אינטערסאנט פארן עולם בפרט פאר די אלע וואס צאלען גרויסע מארטגעדזשעס צו קענען אפצאלן די חובות וואס זיי האבן געמאכט צו צאלן ראבינאוויטש פאר זייערע דירות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:28 am
דורך הקטן
חתם סופר האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:פארוואס דא אויספאקן א פריוואטער מענטש?!

לייגן פיקטשערס הייסט אויספאקן? ס'איז גרויסע נייעס אז איינער בויט אזא הויז און אינטערסאנט פארן עולם בפרט פאר די אלע וואס צאלען גרויסע מארטגעדזשעס צו קענען אפצאלן די חובות וואס זיי האבן געמאכט צו צאלן ראבינאוויטש פאר זייערע דירות.

איך בין געווען מסיפוק צי "כונתו לגנות" צי נישט
איך בין שוין ניש מסיפוק.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:31 am
דורך אישתישבי
גיבט אייך די הענט מיט שבת אחים און די רוסישע קאמאניסטען. ער האט דיר עפעס צוגענומען? ארבעט אליין, און מאך געלט, און האב נישט אזוי מורא פין פארדינען דורך דעם וואס א צווייטע נעמט ארויס א מארטגעדזש.

אנגעזעצטע פוילע נעבעך'ס, וואס יעדער גביר איז זיי שולדיג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:58 am
דורך [NAMELESS]
חס ושלום ער מעג פארדינען וויפיל געלט ער וויל און איך פארגין אים מיט'ן גאנצען הארץ. נאר אין די גאנצע וועלט איז די מנהג אז א גביר בויט זיך זיין פאלאץ אין א גביריש שטעטעל. שטעל דיך פאר א גביר זאל בויען א פאלאץ אין א ארימע שטעטעל אין מיסיסיפי. די פּרעסס וואלט נישט אויפגעהערט רעדן דערפון.

איך פארשטיי ביי אונז איז אנדערש אין יעדער וואוינט צוזאמען, אבער דא רעדט מען פון א מענטש וואס בויט זיין פאלאץ אונטער די פיס פון די זעלבע מענטשען פון וועם ער האט געמאכט זיין געלט!! ס'איז א מדריגה אין tone deafness דאס צו טוהן. שטעל דיך פאר דזשעף בעזאס זאל אויפבויען זיין פאלאץ אין א שטאט ווי ס'וואוינען טויזענטער פון זיינע ארבעטערס. די גאנצע וועלט וואלט געשטורעמט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:01 am
דורך טאמבל סאס
ס'איז נישט קיין סוד אז דער פראפערטי אינדוסטרי ביי אונז איז אנרעגולעיטעד און ס'קומט פאר היבש אסאך פראוד. איז כדי זיך ריינצוואשן פון אזא חזקה ברויך מען מפרסם זיין און הערן פון מענטשן. האסט עס פארדינט אויף א כשרע אופן? ווייז אויף! ס'האט נישט מיט קנאה אדער קאמיוניזם קיין שייכות. איך קען נישט ראבינאוויטש, און יא, איך בין אינטרעסירט צו וויסן ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען, זיינע ערשטע קאמפאניס, אויב די טעקס פיילינגס פון דעמאלס שטימען, וועמען ער האט עמפלויד, ווער זענען געווען זיינע ערבים, די אינוועסטירער, איז געווען קעש אינוואלווד? איז דא פאר אלעמען אינוואויסעס? וויפיל ארבעט האט ער געמאכט פאר טשאריטיס? וכ'ו..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:42 am
דורך סקרן
כ'האב אויך הנאה אז מ'נוצט נישט קיין עכטע טשיינע נאר פאלטשע שיינע פלעסטיק

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:54 am
דורך נולד מאוחר
חתם סופר האט געשריבן:חס ושלום ער מעג פארדינען וויפיל געלט ער וויל און איך פארגין אים מיט'ן גאנצען הארץ. נאר אין די גאנצע וועלט איז די מנהג אז א גביר בויט זיך זיין פאלאץ אין א גביריש שטעטעל. שטעל דיך פאר א גביר זאל בויען א פאלאץ אין א ארימע שטעטעל אין מיסיסיפי. די פּרעסס וואלט נישט אויפגעהערט רעדן דערפון.

איך פארשטיי ביי אונז איז אנדערש אין יעדער וואוינט צוזאמען, אבער דא רעדט מען פון א מענטש וואס בויט זיין פאלאץ אונטער די פיס פון די זעלבע מענטשען פון וועם ער האט געמאכט זיין געלט!! ס'איז א מדריגה אין tone deafness דאס צו טוהן. שטעל דיך פאר דזשעף בעזאס זאל אויפבויען זיין פאלאץ אין א שטאט ווי ס'וואוינען טויזענטער פון זיינע ארבעטערס. די גאנצע וועלט וואלט געשטורעמט

אז דו פרעס וואלט געשטורמט איז נישט מכריע אז סאיז ראנג.

וואספארא מין טענה איז דאס
בויט זיין פאלאץ אונטער די פיס פון די זעלבע מענטשען פון וועם ער האט געמאכט זיין געלט!!
זיין ווען איז מאכן געלט אן עוולה?
וואס נאך קען דען א היימשע איד טאן מיט זיין געלט חוץ דירה און חתונה?
אויב האט ער באגנבט מענטשען דאן איז עס א הימעל שרייינדיגע עוולה.
אוודאי איינער וואס גלייבט אין השארות הנפש/ עולם הבא/פרוזדור טוט נישט אינוועסטירן און דירת ארעי .

Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער מעג בויען און יענער מעג מפרסם זיין. ער מעג נעמן הויכע רענט און יענער מעג קרעכצן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
נולד מאוחר האט געשריבן:
וואספארא מין טענה איז דאס
בויט זיין פאלאץ אונטער די פיס פון די זעלבע מענטשען פון וועם ער האט געמאכט זיין געלט!!
זיין ווען איז מאכן געלט אן עוולה?
וואס נאך קען דען א היימשע איד טאן מיט זיין געלט חוץ דירה און חתונה?
אויב האט ער באגנבט מענטשען דאן איז עס א הימעל שרייינדיגע עוולה.
אוודאי איינער וואס גלייבט אין השארות הנפש/ עולם הבא/פרוזדור טוט נישט אינוועסטירן און דירת ארעי .

די שאלה איז נישט צו ס'ראנג. ער מעג טוהן וואס ער וויל. אבער ס'איז טאקטלאז. די פוינט איז נישט אז ער מעג נישט מאכן געלט , נאר גיי נישט בלאזן די געלט צווישן די מענטשען וואס מוטשענען זיך דיר צו געבן די געלט.

כ'פרעג דיר דאס. וואלט שיין געוועהן פון דזשעף בעזאס זיך צו בויען א פאלאץ צווישן די אפארטמענטס פון זיינע ארבעטער'ס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:00 pm
דורך קומזיץ

ס'איז נישט ממש א פארגלייך , ווייל דזשעף בעזאס קען וואוינען וויי ער וויל און ער מאכט א באשלוס צו וואוינען דארט, אבער דא און די היימישע וויליאמסבורג לעבן אלע צוזאמען רייכע מיט ארעמע , און מענטשען ווייסען אז ער איז א גביר מיט'ן בויען די פאלאטץ טוישט זיך גארנישט,
א טענה וואס מענטשען קענען יא האבן איז , אז די סיבה וויאזוי די ביסט רייך איז וועגן אונז ווילן וואוינען צוזאמען און וועגן דעם קענסטו בעטן אזאלעכע געשוואלענע פרייזען שלא ביושר,
און אז די לעבסט ווי א אויפגעריסענע גביר ווען בשעת מעשה מיטשען אונז זיך אויפן טעגליכן לעבן ברענגט עס ארויף בייז-בליט ביי מענטשען היתכן מען רעכנט זיך נישט מיט אנדערע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:04 pm
דורך גדליה
זייער א שיינע הויז. איך ווינטש פאר מר. ראבינאוויטש אסאך פארגעניגען בשעת ער דרייט זיך אין די קארידארן פין זיין מייעסטעטישע פאלאץ
בורא גולם בקנין השלם זה הבנין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:52 pm
דורך יעקב מענטש
נאך א אספעקט וואס ליגט אין פארשפרייטן די בילדער, אז דאס איז א סתירה צו די אלטע טענה אז זיין אומגעלערענט/נישט קענען ענגליש/וכו' איז א שטער צו פרנסה. דער איד מיט זיין שותף זייענדיג ישראלים קענען ווארשיינליך נישט דאס וואס א סאטמערע גראדואנט מיט א לאנגע היסטאריע פון עפל-טיטשער-ווארפעריי קען.

אגב, רוב פון זיין עשירות קומט נישט פון קיין היימישע אידן, ער זייגט 'בעיקר' פון גוים.

אשאד די קנאה שנאה ותחרות וואס ווערט דא דיסקוסירט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:12 pm
דורך כלבאשבוע
[tag]הקטן[/tag] איז גערעכט, א מענטש בויעט זיך א הויז אין מקריכט דא אריין אין זיינע פריוואטע קישקעס,

[tag]חתם סופר[/tag] ספאסט נישט פאר דיר אזא צמצום

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:14 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער מעג בויען און יענער מעג מפרסם זיין. ער מעג נעמן הויכע רענט און יענער מעג קרעכצן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אט די דאזיגע סצענעס האבן זיך אפגעשפיעלט אין צארישן, פרע-קאמוניסטישן רוסלאנד. זענען געקומען לענין וחבריו. אפשר גאר שבת אחים. ניין ער שרייט בקולי קולות מכל עץ רענן, אז ער איז נישט קיין קאמוניסט. נאר א סאציאליסט. ס'העיסט. א סאציאל-דעמאקראט.) און זיי האבן געזאגט א פסוק פון די הפטורה פון פ' מיקעיץ..."גם לי, גם לך לא יהיה. גזורו...! און זיי האב אלעס אוועקגערויבט פון די עשירים...יעצט איז שוין א יעדער געווען אייניג. (אין ד'רערד...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע