בלאט 1 פון 1

ליגענט איבער היסטארי סינדראם

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 2:36 pm
דורך פריינדליך
איך עפן די אשכול צוליב די בעלזע אשכול,

מיין שאלה איז ווי פאלגענד,

איך פארשטיי אז עס איז דא אסאך אנגעווייטאגטע אינגעלייט - גערעכט צו אומגערעכט איז נישט די נפק"מ יעצט - זייי זענענן ברוגז אויף זייער אסאך זאכען, און בעיקר אויף יעדע זאך וואס שמעקט מיט וומסב"ג/סאטמער/עקסטרעמיזעם אד"ג, זיי פראבירען אראפצושרייבען זייערע מיינוגען אויפן עתיד און אויפן הוה ווי אזוי זאכען זאלען זיך פירען און לדעתם אז מען וועט זיי פאלגען וועט זיין א בעסערע סוקסעס און אידישקייט,

ווי יעדער ווייסט איז נישט מעליך איבערצושרייבען היסטערי, אפילו אקעדעמישע שאלות און תשובות העלפט נישט דערפאר, מען קען עס פארדרייען מען קען זאגען ליגענט דערוועגן, אבער די אלע זאכען וועלן נישט טוישען די מציאות ווייל היסטערי איז אסאך וואס מען קען נישט טוישען,

מיין שאלה איז, פארוואס פילען זיך מענטשען גיט ווען זיי שרייבען ליגענט איבער היסטערי?
איך עפן די אשכול איבער די בעלע פרשה און איך נוץ עס אלץ א משל ווייל דא איז עס די מערסטע בולט און קאווע שטיבעל, אבער איך רעד בכללוית עס איז א מחלה וואס גייט פאר און אנדערע פלעצער אויך און ביי גוים אויך, די ענין פארלאנגט הסבר, במילא ווען מען שרייבט ליגענט איבער אזאך פינעם צוקניפט אדער אדער אזאך וואס איז יעצט נוגע איז עס פארשטענדליך ווייל מען פארשטייט אז מענטשן ווילען א השפעה אדער טוישען געוויסע זאכען איז ווערט פאר זיי צי זאגענט ליגענט דערוועגן, אבער ווען מען רעדט פון היסטערי איז ממש נישט פארשטעדנליך,

פארוואס מאכט דיר עס גיט פילען ווען די שרייבסט ליגענט דערוועגען? וועט עס דען טושען די מציאות? קענסטע דען צוריק דרייען די זייגער אז זאכען זאלען האבן אנדערש געשען?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 3:00 pm
דורך איך אויך
אנאליזער, עס איז סעלף עווידענט כמובן.

פריינדליך, דו האסט אקוראט די זעלבע קאמפלעקס נאר פון די פארקערטע (סאטמערער) זייט, ומי לנו גדול כמו הסאטמערערס צו פארדרייען היסטאריע כאות נפשם?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 3:41 pm
דורך משכיל
סא למען האמת,י

גיבען די סאטמארער איבער היסטארי פונקטליך ? י

יא אדער ניין,י

למשל האט דער רבי זי"ע געהאלטען קעגען דם עירוב יא אדער ניין?י

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 3:42 pm
דורך שימעלע
אן אריינציגיין ווער עס פארדריידט היסטערי. די שאלה דא איז נישט פארוואס מפארדריידט היסטערי נאר וואס היסטערי איז. די קומסט מיט א הנחה אז היסטערי איז וואס עס האט פאסירט פאקטיש, אבער די אמת איז אז היסטערי איז וואס סאיז אנגנימען אז עס האט פאסירט
סא קיינער פארדריידט נישט היסטערי יעדער פראבירט עס צי שרייבען וויאזוי עם געפעלט.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 3:44 pm
דורך משכיל
history = his-story

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:21 pm
דורך zurich
וואס הייסט?? מען פארדרייט היסטארי אין ארעמעריקלי ווערט עס,א פאקט,דאס איז די מצואות!! :lol:

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:50 pm
דורך זר זהב
איך בין היסטעריש.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:52 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:איך בין היסטעריש.


ביסט זיכער? אדער דו פעלשט נאר היסטאריע?

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:01 pm
דורך זר זהב
ניין, טאקע נישט זיכער... איך האב געמיינט צו שרייבן "היסטעריקעל". סארי

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 5:18 pm
דורך chasid
פריינדליך האט געשריבן:איך פארשטיי אז עס איז דא אסאך אנגעווייטאגטע אינגעלייט - גערעכט צו אומגערעכט איז נישט די נפק"מ יעצט - זייי זענענן ברוגז אויף זייער אסאך זאכען, און בעיקר אויף יעדע זאך וואס שמעקט מיט וומסב"ג/סאטמער/עקסטרעמיזעם אד"ג, זיי פראבירען אראפצושרייבען זייערע מיינוגען אויפן עתיד און אויפן הוה ווי אזוי זאכען זאלען זיך פירען און לדעתם אז מען וועט זיי פאלגען וועט זיין א בעסערע סוקסעס און אידישקייט,

כ'מעג פארדרייען דעם אשכול?
די ווערטער וואס איך האב גרויס געמאכט האט אפשר א שייכות איינס מיט די צווייטע? איז ביי אנדערע חסידישע מקומות אויך דא אזויפיל אומצופרידענע??

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:21 pm
דורך אוהב דעת
די סיבה פארוואס א מענטש וויל פארדרייען היסטארי איז ,יעדער מענטש ווייסט ביי זיך די מציאת הדברים ,איז טאמער ווייסט ער אז ער אדער זיין פארטיי האט געטאן עפעס א אקט וואס איז פראבלעמאטיש, וועט ער אדאר טענהן אז די אקט איז נארמאל אין מאראליש אזוי צו טאן ,אין טאמער קען ער נישט אזוי זאגען וועט ער זאגען אז די אקט איז קיינמאל נישט אזוי געווען