בלאט 1 פון 1

אינטערנעט צדקה קאמפיין'ס איז א פארגאנגענהייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 7:31 pm
דורך נעגעל וואסער
עס איז שוין לאנג דא אן איבערפלוס פון אינטערנעט קאמפיינס. מיין אימעיל אדרעס ווערט געספעמד מיט בקשות זיך צו משתתף זיין אין די געוואלדיגע צדקה צוועקן. יעדער אלטע חבר וואס האט מיר אמאל בטעות ג'אימעילד ווערט מיר פלוצלינג א ידיד, און איך דארף איהם ראטעווען פון זיינע בושות פון ח"ו נישט אנקומען צו זיין איבערגעטריבענעם גאול.

עס איז נישט קיין סוד אז די קאמפיין'ס קומען אייביג אהן מיט א שמיץ אריבער זייער גאול, און אפטמאל אפילו אריבער זייער באונעס גאול, ממש למעלה מדרך הטבע!

אבער שוין א לענגערע צייט וואס איך האב מיך געוואלט לייגן דערין צו וויסן וויפיל דערפון איז אמת'ע געלט, און וויפיל פראצענט איז בי עס. יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז אלעס איז ממש קראנט, און אוודאי איז די מעטשינג אמת לאמיתו.

שוין א לענגערע צייט האט מיר געפלאגט צו פארשטיין דאס פסיכאלאגיע אונטער א קאמפיין. פארוואס ווען עס איז דא א טיי אווענט געב איך נישט מער ווי א פאר טאלער, און דא פלוצלינג פיל איך ווי געצווינגן צו טיילן מוציא'ס פארן עולם, רעכטס און לינקס. ממילא אויב מיין בעסטע חבר איז ממש אינוואלד אינעם צוועק, און ער בעט זיך ביי מיר ברחמים אז איך זאל צולייגן א פלייצע, נניח. אבער וואס עפעס פיל איך צו געבן פאר אלע מיינע ברודערס געלט ווען איך ווייס אז זיי האבן באקומען א גאול פון די עסקנים, און ער דארף בלויז א דרוק טוהן צו שיקן אן אימעיל צו אלע זיינע קאנטאקס, און קוקט מיט ארויפגלייגטע פוס ווי די עולם שפייט אריין געלד לכבודו.

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב געהויבן אויגן ברעמען ווען איך האב געזעהן ווי די קאמפיינס איז אריבער פון צדקה צוועקען צו קאמערשיל מוסדות. אט די זעלבע מוסודות וואס דערשטיקן די טאטעס מיט אונטערשרייבן "אינטערנעט תקנות", ווערן דא שותפים לדבר עבירה און באנוצן זיך דערמיט בפרהסיא.

ולא זו אף זו, האט זיך דאס אריינגעכאפט ממש אין די טשערי אן די טאפ, ביי די הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל, די הייליגע געמיינדע פון סאטמאר! אנגעהויבן ביי מוסודת מהרז"ל פאריאר, און ליידער אפי' ביי די ערשטע לוחם- וואס האט נאך געהאקט אויף די אינטערנעט פאר עס איז בכלל געבוירן - ביי מוסדות מהר"א און מאנטשעסטער.

די ראשי הלוחמים פון וויזניץ האבן אויך נישט געקענט ביישטיין די נסיון און געמאכט א קאמפיין אנליין פאר זייער בית המדרש און בית שמש! די שוואנצנים האבן שוין לאנג געמאכט. וכו' וכו'.

די הייליגע פשעווארסקער האט זיך געלאזט אריין נערן אין טמא'נעם נעץ און געהאט א קאמפיין פאר זייער ביהמ"ד און לאנדאן.

לאן הגענו!

אבער ב"ה עד כאן. די געים איז אווער!

אחד היה אברהם, ה"ה כ"ק רבינו שליט"א פון דושינסקיא שליט"א פון ארה"ק האט ווי א העלד געמאכט א האסטיגן אפשטעל צו דעם געמיינעם אקט, און בשער בת רבים אפשגעשטעלט אין די לעצטע מינוט א העפטיגן אינטערנעט קאמפיין פאר זיינע מוסדות נאכן זיך דערוויסן אז דאס איז פארבינדן מיט די נעץ. מען האט נאר געמעגט איינקאסירן דאס געלד דורך די טעכנעלאגיע פון די טעלעפאן, און לכאורה א שבת גוי זאל דאס אפצייכנען אויף די געוועב. דא קען מען הערן זיין פייערדיגע דרשה.
פון יענעם טאג, האט זיך דער וועלט אויפגעכאפט אז גענוג איז גענוג! ונאמר למלאך המשחית הרף. גענוג אידן זענען צוליב די אינטערנעט קאמפיינס געגאנגן לטמיון.

סאטמאר איז ארויס מיט א שטיצע פאר דער אקט מיט אן עפנטליכן בריוו.
Capture (2).PNG


די וויזניצער רבי'ס האט כפי השמיעה אויך מוחה געווען למפרע.

מער נישטא קיין קאמפיינס ביי כלל ישראל!

דער עולם האט אויפגענומן די פאזאטיווע נייעס מיט גרויס פרייד, אפי' די וואס זענען שוין ליידער פארכאפט אינעם נעץ זעען אויך איין די גרויסע שמחה פון דעם שריט.

פון היינט און ווייטער בין איך אין קאנטראל פון מיין אימעיל אדרעסס. פון היינט און ווייטער בין איך בעל הבית אויף מיין מעשר געלט, וואס וועט גיין פאר די אורחי פורחי וואס שלעפן זיך ארויף צו מיין טיהר, ווי איידער פאר מיינע געשוויסטערס קינדערס מוסודות.

גאוד ביי קאמפיינס!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:22 am
דורך שמעון וואלף
מ'זעהט וואספארא ווייטגרייכע השפעה דאס האט געהאט, עד כדי כך אז די גאו פאנד מי פאר די מעקסיקאנע וואנט וואס אין די גוטע צייטן האט עס אויפגעטריבן א מעלאנע אין 2 שעה, הינקערט אויך אינטער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: אפשר קענמען טאקע זיך נעמען ארבעטן אויף די גאו פאנד מי קאמפיין פאר די וואנט נאר דורכ'ן טעלעפאן. אדער אין די בתי מדרשים. למשל אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. און די אנדערע בתי מדרשים. איך האלט אז אויב די רבי שליט"א וועט זאגן א פאר ווארימע דיבורים. און אריינשטעללן א גרויסן פולל פעידזש עד אין בלאט. אזוי ווי פאר מוסדות דושינסקיא, וועט מען קענען אויפטרייבן ערנסטע סכומים. מ'דארף קענען האבן דעם ריכטיגן נאמען דערפאר. נו, מהר"א שליט"א איז דאך א קינצלער אין טרעפן ריכטיגע נעמען פאר זיינע געלט אקציעס...עפעס א גוטן פסוק פון שיר השירים. אדער א צוגעפאסטן מאמר חז"ל. למשל..."הנה זה עומד אחר כותלינו. משגיח מן החלונות. מציץ מן החרכים"...! אדער פון די משנה אין מס' בבא בתרא..."השותפין שרצו לעשות מחיצה"...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:16 am
דורך איסר האטלקי
אויב ווילט איר ביישטייערן צום קאמפיין וואס ווערט נישט געפירט דורכן אינטערנעט, דאן האט איר דעם מעגליכקייט....

Re: אינטערנעט צדקה קאמפיין'ס איז א פארגאנגענהייט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:24 am
דורך נעגעל וואסער
היינט קומט צו מיר צו א דישונסקיא חבר און בעט מיר פאר די קאמפיין. זאג איך איהם "שיק מיר א לינק". טענה'ט ער צוריק אז דישונסקיא זענען נישט לינק...

אלעס לשיטתם צו ווייזן אז ער איז רעכט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:35 am
דורך חיים יואל
איסר האטלקי האט געשריבן:אויב ווילט איר ביישטייערן צום קאמפיין וואס ווערט נישט געפירט דורכן אינטערנעט, דאן האט איר דעם מעגליכקייט....

אבי נישט charidy?
למאי נפקא מינה?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:42 am
דורך איסר האטלקי
על טהרות הקודש נוסח חכמת לב....

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 9:03 am
דורך חיים יואל
נעגעל וואסער האט געשריבן:היינט קומט צו מיר צו א דישונסקיא חבר און בעט מיר פאר די קאמפיין. זאג איך איהם "שיק מיר א לינק". טענה'ט ער צוריק אז דישונסקיא זענען נישט לינק...

אלעס לשיטתם צו ווייזן אז ער איז רעכט.

קאמפיין פאר מוסדות דושינסקיא ליגט אויף charidy וועבסייט..
מ'קען נאר תורם זיין, נישט מיטהאלטן גארנישט.
https://www.charidy.com/?route=campaign ... tom_view=2

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:25 pm
דורך גאנצל
די הייליגע קווינס בחורים ווילן זיך נישט לערנען פון דושינסקי רבי שליטא אוןם מאכן א אנליין קאמפיין

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:31 pm
דורך נעגעל וואסער
אנגעקומען!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:42 pm
דורך נעגעל וואסער
עס ווערט מיר נישט גוט!

געמיינט האב עס ערנסט אז די אלע קאמפיינען וועלן זיך אויפהערן, ווייל ווער וויל דען נישט זיין פרומער פונעם צווייטן?
אבער א בראך. סאטמאר וומס"ב קומט ארויס מיט א קאמפיין פאר קרן חתנים :cry:

ווייזט אויס אז אזוי ווי יעדע נושא פון אידישקייט איבער די לעצטע צוואנציג יאר האט זיך וואונדערליך צוטיילט פונקט צווישן די צוויי סאטמארער קהלות, וועט "אנליין קאמפיינען" אויך אריין גיין מיט גאלדענע אותיות צווישן די מצות-קברים-גיוס-הינדלעך-גסות-כינוס-שיטה וכו' וכו'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:40 pm
דורך ביבער
דושינסקיא שיקט יעצט ארום ראבאקאלס, דעס איז וואס קומט ארויף אויף true caller איידי :)

Re: אינטערנעט צדקה קאמפיין'ס איז א פארגאנגענהייט

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 6:02 pm
דורך נעגעל וואסער
יאפס, ב"ה דער קרן חתנים קאמפיין איז אראפ פון ליין. בפקודת רבינו שליט"א גייט מען נאכמאכן דישונסקיא און די לינק איז נאר געמאכט צו באשטייערן געלט, אבער נישט חלילה צו מיטהאלטן אלעס לייוו חלילה.

דידן נצח!

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 7:20 pm
דורך גאנצל
מעיקרא מאי קסבר ?

אה ער האט עס אנגעהויבן כדאי צו קענען זאגן אז די רבי האט עס אפגעשטעלט מיט מסי"נ

א באנדע בית שיניקעס

געים איז געלונגען

Re: אינטערנעט צדקה קאמפיין'ס איז א פארגאנגענהייט

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 7:54 pm
דורך גר ותושב
למעשה האבן צענדליגע מוסדות און הונדעטער צוועקן פארדינט פון די אונליין אפיעלס.
די דישינסקי איז דאס טאקע געלונגען ווייל מען האט געוואלט ווייזן אז מען קען זיך באגיין אן די אינטערנעט.
אבער מכאן ולהבא וועלן אלע מוסדות לכאורה פארלירן.
די איינציגסטע געווינער דערפון וועט זיין קול מבשר.

Re: אינטערנעט צדקה קאמפיין'ס איז א פארגאנגענהייט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 1:05 am
דורך אונטער חכם
איך זעה דער עולם דא איז ערנסט געפאלן פארן סקעם און נישט געכאפט וואס גייט פאר דא.

עס איז פשוט געווען א נייע איידיע אויף וואס צו קאמפיינען און קענען אויפטרייבן געלט , מארגן גייט אלעס צוריק צום אלטן, און ביז א יאר צוויי וועט דושינסקיא אויך מאכן אן אינטערנעט קאמפיין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 10:25 am
דורך חיים יואל
גר ותושב האט געשריבן:למעשה האבן צענדליגע מוסדות און הונדעטער צוועקן פארדינט פון די אונליין אפיעלס.
די דישינסקי איז דאס טאקע געלונגען ווייל מען האט געוואלט ווייזן אז מען קען זיך באגיין אן די אינטערנעט.
אבער מכאן ולהבא וועלן אלע מוסדות לכאורה פארלירן.
די איינציגסטע געווינער דערפון וועט זיין קול מבשר.

:)

נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2019 8:09 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל

נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2019 8:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
צום פינטל!!!

זעט אויס אז אני הק' און ליטוואק פון בודאפעשט ווייסן בעסער וואס טוט זיך אין בעלזא ווי די בעלזע אליינס... (אדער מאכן זיי זיך כאילו זיי ווייסן נישט).

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 8:01 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
[center]https://www.charidy.com/bba
! היום, ורק היום



! יש לך הזדמנות מיוחדת שלא תחזור

למשך 38 שעות בלבד



"שקל הקודש כפול"

.קבוצת נדיבי לב, קיבלו על עצמם להכפיל כל נדבה שתיכנס



£100 = £200

£1000 = £500



בתום 38 השעות, במידה ונגיע למטרה, יגיעו התרומות לתלמוד תורה

באם ח"ו לא נצליח להגיע, נפסיד את הכל, וכל הכסף יוחזר לתורמים



שמה הטוב של

תלמוד תורה "בית אהרן" דחסידי בעלזא

בעיה"ב לאנדאן יצ"ו

נודע לשם ולתפארת כבית שמגדלין בו תורה ותפילה

והתלמידים היקרים כל רואיהם יעידון ויגידון כי זרע ברך ד' המה

והתנהגותם למופת במידות טובות וישרות מעורר התפעלות



בשנת תשמ"א לפ"ק נפתחו שערי הת"ת עם קומץ קטן של תלמידים ורבות בשנים מצאה לה אכסניא בתוככי בנין ביהמ"ד דחסידי בעלזא עד שאחרי שנים רבות של צפיפות שהמקום נהי' צר מהכיל ריבוי התלמידים בלע"ה הורגש נחיצות לקנות מקום מפואר עקב הצפיפות שהי' מנת חלקינו, וב"ה בסייעתא דשמיא מרובה זכינו לרכוש ממש בשכינות בנין גדול ומרווח והושקע דמים תרתי משמע לשפץ את המקום שיהי' ראוי ומוכן לתועלת תשב"ר רבנן ותלמידיהון, ובחודש אדר תשס"ח לפ"ק נחנך הבית ומאז נהי' שינוי גדול לטובה בגשמיות וברוחניות, וצוות המלמדים והמחנכים מהעידית שבעידית מסורים בכל נפשם להעלות את התלמידים במסילה העולה בתורה ויראת שמים צרופה



עול החזקת הת"ת מוטל על כתפי עסקנים חשובים העוסקים ללא ליאות יום וליל לא ישבותו לשאת את המשא הכבד ודואגים לשלם משכורתם של העוסקים במלאכת הקודש מדי שבוע



בימים אלו עקב שנתרבו ספסלי הת"ת

נערכים חברי ההנהלה במלוא העוז להרחיב גבולי הקדושה

ולהשלים הבנין בהוספת נדבך נוסף כיתות חדשים וחדרים ללימודים פרטיים וכו'

שיתן מענה ללחץ זו הדחק ושנוכל להתרחב עוד ועוד כפי הצורך,

וגם להוסיף עוד אולם שמחות שיהי' הכנסה קבועה על ידה לת"ת.



על כן אנו פונים אליכם בוגרי הת"ת והורי וזקני התלמידים להכיר טובה בעת הזאת

להעוסקים בחינוך צעירי צאן קדשים המשקיעים כל כוחם ומרצם למען תשב"ר

ועל צבאם הנהלת הת"ת הנושאים בעול בדמים מרובים לבל יחסר המזג



ואליכם ידידינו החשובים והנכבדים שיחי' מוקירי תורה ותומכי' רודפי צדקה וחסד

אנו קוראים להטות שכם ולבוא לקראתינו בשעה גורלית זו לעזור לנו

במגבית המיוחדת "בוניך"

להשיג את הסכום הגדול של 500,000 פונט

שנוכל לברך על המוגמר ולהוציא מכח אל הפועל שאיפותינו



זכות כ"ק מרן אדמו"ר קודש הקדשים מהר"א מבעלזא זי"ע שעל שמו הק' נתייסד הת"ת, וזכות החזקת תורה של תשב"ר שעל הבל פיהם העולם עומד, בוודאי יגינו על כל התומכים והמסייעים להתברך בכל מילי דמיטב ממעון הברכות ובכוחכם נזכה שיתקדש שם שמים על ידינו להמשיך להגדיל תורה ולהאדירה עד ביאת הגואל בב"א.



לתרומות ופניות בכל נושא למוקד הטלפוני:

020-8809-2666



Israel: +972795720004

US: +19292700299

Belgium: +3238080476[/center]

https://www.charidy.com/bba