בלאט 1 פון 1
פארוואס זענען נישט חסידישע חתונות באטייליגער מער פרייליך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:05 pm
דורך מודה בטפל
א פראגע שטעל איך פאר פארוואס שפירט מען ביי א ליטווישע אדער מאדערין חתונה ווי עס הערשט א מער אמת'ע שמחה אין די לופט אין די זאל, און ביי א חסידישע חתונה שפירט זיך א דעפרעסיע אויף רוב ציבור באדעקט מיט פאלשע שמייכלען אויף יעדן. מעגליך איר האט דאס נישט באמערקט קען זיין אבער דאס איז מיין החלטה, פארוואס ווייס איך דערווייל נישט אויף זיכער
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 11:24 pm
דורך אישתישבי
ווייל חסידים האבן מקבל געוועהן דער אבלו בלבו וצהלתו בפניו, דערפאר זעהט דער שמייכעל אויס פאלש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:13 am
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:ווייל חסידים האבן מקבל געוועהן דער אבלו בלבו וצהלתו בפניו, דערפאר זעהט דער שמייכעל אויס פאלש.
ליטאים זענען אויכעט אבילות'דיג, נאר וואס, דאס אליינס ברענגט זיי שמחה...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:17 am
דורך שמעון וואלף
ס'פשוט. די מאדערנע לויפן נישט ארום פון איין שמחה צום צווייטן פארסאפעטערהייט. א מאדערנע גייט צו א שמחה אפאר מאל א יאר, און ס'קומט מיט א גאנצע הכנה. מ'טיט זיך איבער און מ'פיצט זיך צו, דערנאך גייט מען צו די חתונה ווי מ'עסט א פיינע סעודה. דער חסיד אבער קומט צו לויפן גלייך פונעם שיעור אדער פון מעריב, פאלט אריין פאר אפאר מינוט און יאגט אפ צום נעקסטן חתונה, תנאים, בר מצוה, וואכנאכט, טיי אווענט אדער קומזיץ.
Re: פארוואס זענען נישט חסידישע חתונות באטייליגער מער פרייליך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:06 am
דורך נעגעל וואסער
איך פיר מיך נישט צו גיין צו קיין ליטווישע חתונות, ווייל זייערע מאדנע מהלך פון רקידה איז לגמרי נישט לפי רוחי. זיי האבן עפעס א שיטה אין רקידה וואס איז נישטא זיינס גלייכן, די פוס האבן א חלות פון רקידה למעלה א יעדער פאר סעקונדעס, דערנאך א חלות למטה. זיי קוקן מיר אויס ענדערש ווי עצירות געשלאגנע הינדלעך, נאכן שפירן דעם טעם פונעם מעסער. דערפאר קען איך נישט אינדעפענדענטלי מברר זיין אויב איז אמת וואס איר טענה'ט.
אבער נניח אז יש דברים בגו, יתכן אז די סיבה איז זייער פשוט. "שמחה" איז בעצם א נאטורליכע זאך, ווייל הרגשים קען מען נישט צווינגען. ווען איינער קומט אריין אין א זאל ווי עס הערשט א פרייליכן אטמאספער, און דער מענטשנס נפש איז געזונט, קען זייער מעגליך זיין אז ער וועט ווערן מיט געשלעפט מיט די ווינט, און אריין קאכן אין די טענץ.
דאס פאסירט אין די ליטא, זיי זענען עפ"י רוב געבילדעטע שטארקע מענטשן, זייער נפש איז נישט אביוזט, זיי זענען מער נאטורליך, זיי זענען נישט אזוי באצווינגען אין לעבן, עס דא א מקום פאר אביסל אייגענע מחשבות און מנהגים וכדומה.
ביי חסידים איז געפילן פון שמחה מעכאניש. עס קומט א יו"ט דארף מען זיך אריין טוהן דערין מיט די געפילן, צו מען האט דאס אדער נישט, דער רבי מאכט חתונה מוז מען דאך זיין פרייליך, קומט שלעשידעס דארף מען זיין ערנסט. אלעס איז הולך וסובב ארום די געפילן און דאס איז עפעס וואס מען דארף אנשטעלן, און דאס מאכט אז די געפילן זענען אזוי צומישט אז מען ווייסט שוין נישט וואס עס מיינט באמת געפילן.
ולכן, איז זייער יתכן אז ווען מען קומט צו א חתונה קען מען נישט זיין באמת פרייליך, ווייל מען ווייסט נישט אפילו וואס עס מיינט צו זיין פרייליך. אזוי פיל ווייסט מען יא, אז מען דארף אנשטעלן א פאלשע געפיל פון פרייליך זיין, און מען נעמט זיך טאנצן ביי די חתונה מיטן ארום שפאצירן דעם זאל אויף א מייל א שעה פעיס, ביז ענדליך די מוזיק שטעלט זיך אפ.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:20 am
דורך אישתישבי
סתם לידיעה בעלמא, דער פותח האשכול שרייבט וועגן ליטווישע און מאדערנע וו.ס. חסידים. כאילו חסידים זענען פאלשע שמייכעל, און ליטווישע און מאדערנע זענען באמת בשמחה. ביי מאדערנע חתונות בין אני הקטן נישט געוועהן, ממילא נלע"ד אז עס עקזיסטירט בכלל נישט קיין חתונות, ווען יא וואלט איך שוין אמאהל געוועהן. ווידער ביי ליטוואקעס, נלענ"ד ברור אז ביי זיי איז קיין אמת'ע שמחה ניט פארהאן, ווייל אין שמחה כהתרת הספיקות, און כידוע האבען די ליטווישע גאר אסאך חקירות און ספיקות. ביי די חסידים, איז זיכער אז די שמחה איז דא, טאמער לאכט מען נישט מיט יענעם, לאכט מען פין יענעם, אבער בשמחה איז מען זיכער. כנלענ"ד לברר, והבוחן יבחן כי דברים הללו נאמרו לאמיתה של דבר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:29 am
דורך רויטע וואנצעס
ביי די עלטערע פון פערציג איז דא נאך א סיבה. א חתונה ברענגט ארויף געפילן פון פרעשור און טראמא זיי זענען דורך ביי זייערע קינדערס חתונה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:04 am
דורך איסר האטלקי
איך בין שוין געווען ביי אסאך חתונות פון מאדערענע און ליטווישע.
ער קען פרעגן אביסל אנדערש פארוואס זענען אלע פרויען ביי א חתונה פרייליך און נישט די מענער? ווייל די מענער זענען נישט אזעלכע פאלשע מענטשן, אויב ס'איז נישטא אויף וואס זיך צו פרייען מאכט מען זיך נישט, משא"כ די פרויען שמייכלן פונעם טיר ווען מ'קומט אריין ביז מ'קומט צוריק אן אינדרויסן.
דאס זעלבע מיט די מאדערענע און ליטוואקעס, די שמחה איז א פאלשע און די שמייכל איז א געמאכטע, משא"כ די חסידים וואס קומען מיטן אמת'ן פרצוף.
Re: פארוואס זענען נישט חסידישע חתונות באטייליגער מער פרייליך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי ליטווישע חתונות אין יוראפ, ווי מ׳זיצט אפ צוויי דריי שעה אין א צי, מיט דרשות נאך דרשות (מיין חתונה האט גענאט פינף דרשות, און דאס איז ווייל איין זיידע האט שוין נישט געלעבט, א צווייטע איז אויך געווען דער רב, מיין טאטע איז אויך דער רב און נאך א זיידע האלט נישט ביים רעדן), קומט דער עולם לכתחילה אדעתא צו זיין דארט הונדרעט פערצענט. ממילא איז דער אטמאספער מער חתונה׳דיג.
ביי ליטווישע חתונות אין לעיקוואד, איז עס ווי א שלום זכר. מ׳קומט, מ׳זיצט אפ אפאר מינוט, און מ׳גייט ווייטער. נאר די בחורים די חתן׳ס חברים (און איך שטעל מיר פאר די כלה׳ס חבירות אויך) זענען אריינגעטון אין די חתונה.
אחוץ ווען א גביר ברענגט דרייסיג פידלערס מיט זינגערס פון איבער דער וועלט. דעמאלס קומען די כלה׳ס ברידער׳ס חברים׳ס טאטע׳ס (בעיני ראיתי) צו הערן און קריטיקירן.
גראדע איז נעגעל וואסער׳ס טעאריע ריכטיג באופן כללי, אבער איך ווייס נישט צו עס גילט אזוי שטארק, ווען מ׳שפילט מיט די געפילען אומעטום. עס וואלט טאקע געמעגט אזוי זיין, אבער למעשה האבן די מוסר׳ניקס אלסדינג געשטערט.
ביי איין מאדערנע חתונה בין איך געווען. פאר מיר איז עס געווען א פארגעניגען, ווייל צוויי טישען האבען זיי געמאכט עקסטער מענער און פרויען, און איך בין געזעסען מיט מיין טאטע צווישען שלום לאם (בלומינגברג) וואס האט געשמועסט פון זיין זון׳ס שטודירונג פון די זאראאסטרישע איינפלוס אויף חז"ל, און הרב הרץ ראש ישיבת ליובאוויטש דלאנדאן, וואס הייסט א זעלטענעם ת"ח, און ער האט גערעדט פון א רעק"א אין הלכות שבת. ביי א נארמאלע חתונה לייגט מען מיר נישט אויף אזעלכע טישען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:32 am
דורך תורה ומדע
קאממירשלייזד חסידים האבען א מצוות אנשים מלומדה צוגאנג צום לעבן בכלל. דער פארטיי העלפט זיי צו פון געבורט ביזן טויט. מען מאכט זיי חתונה אינעם פארטיי, פרנסה קומט צומאהל אויך פון פארטיי זעלבסט, ספיציעל ביי די כלי קודש. אין ישיבה, כולל, גייט מען נאר אין פארטייאישער, ספרים אין חידושי תורה נאר פון פארטיי, אביעקטיווער לומדות פון די ליטווישע חדר איז ניטא בנמצא, וכו׳. שמחה אמיתית קומט פון משיג זיין עפעס און דערגרייכין א שלימות. אויב דער מענש האט ניט קיין בחירה במחשבה ובמעשה איז פארהאן וועהניג מקום ווי דער שמחה זאל חל זיין. דאס איז געזאגט געווארען אי בנוגע דער חתן כלה אליין, און אי ביי די די מחותנים וועלכער דארפען באצאהלען פאר זאכען זיי דארפן ניט באמת מיט געלדט וואס זיי האבען ניט, וויל די פארטיי סטאנדארטען פאדערן דאס. ולשמחה מה זו עושה?
Re: פארוואס זענען נישט חסידישע חתונות באטייליגער מער פרייליך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 10:34 am
דורך אונטער חכם
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'פשוט. די מאדערנע לויפן נישט ארום פון איין שמחה צום צווייטן פארסאפעטערהייט. א מאדערנע גייט צו א שמחה אפאר מאל א יאר, און ס'קומט מיט א גאנצע הכנה. מ'טיט זיך איבער און מ'פיצט זיך צו, דערנאך גייט מען צו די חתונה ווי מ'עסט א פיינע סעודה. דער חסיד אבער קומט צו לויפן גלייך פונעם שיעור אדער פון מעריב, פאלט אריין פאר אפאר מינוט און יאגט אפ צום נעקסטן חתונה, תנאים, בר מצוה, וואכנאכט, טיי אווענט אדער קומזיץ.
די מאדערנע מילא, אבער די ליטווישע האבן אויך אסאך קינדער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:31 am
דורך פרייוויליג
אט האסטו די סיבה פארוואס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:47 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא און דו אלגעמיינער וועלט אזא מושג פון ציגיין פאר א פאר מינוט געבען מזל טוב? כמיין אז ווער סקומט איז דארא פאר דו נאכט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
איין זאך וואס איז נישט קלאר דא פאר די באטייליגטע, אז ווען דער מאדערנער אידל אין ניו דזשערסי האט חתונה אדער מאכט חתונה איז עס אינגאנצן אן אנדערע זאך ווי ווען א חסיד מאכט.
ביי א חסידישע חתונה איז אלעס אבאוט די מוזיק און די סעלעבריטיס אויפן סטעיזש, אלעס איז אבאוט פרענדס און שטותים, יעדער איינער אין די זאל קומט אויסגעצירט מיט א געפוצטע שטאפענע כובע און שטעכעדיגע הויזן, מען האגט זיך מיט די פעיוואריטס וד"ל.
דאגעגן ביי די
מאדערנע גייט עס גענצליך אנדערש, דער חתן איז פרייליך דער ציבור איז פרייליך און קיינער דעקלט נישט דער וואס געפינט זיך אויפן פאדיום, דער עיקר איז די שמחה אין די לופט, יעדער איז דא פארן חתן, אפילו פרעמדע שפירן זיך היימיש אויב מען טאנצט מיט.
שלומי דאסקאל האט איינמאל גערעדט וועגן דעם אויף קול משבר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 7:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס זאל מען יא זיין פרייליך? ווייל מ'רופט עס א שמחה? א ברית רופט מען אויך א שמחה.