ר׳ בערל ראזענפעלד ז״ל איז געוועהן א זוהן פון הרה״ח ר׳ אלימלך ז״ל וואס איז געוועהן איינע פון די זוהן פון דעם באקאנטן עסקן און באוואוסטער וויזניצער חסיד הרבני הנגיד המפואר ר׳ משה ראזענפעלד- באקאנט אלץ ר׳ משה טעטשער ז״ל ראה״ק אין חוסט
רבי משה טעטשער מיט זיינע קינדער זענען געוועהן וואלד/האלץ סוחרים. ר׳ משה איז געוועהן פון די גרעסטע עסקנים אין די גאנצע אומגעגענט, ער האט באזארגט אז אידן זאלן האבן מצה אויף פסח און אתרוגים אויף סוכות, ער האט געשיקט חלה, וויין, און פיש פאר טויזנטער ארימע אידן אין די גאנצע געגענט, ער האט געהאלפן און געשדלט ביי די שטאטישע באאמטע און הויכע פענסטערס לטובות אסאך אידן. ער האט געהאלפן פיל אידן זיך ארויסדרייען פון מילטער.
ר׳ משה טעטשער איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פונעם סב״ק דער אהבת ישראל און איז געוועהן שטארק מקושר
צום סב״ק און פון די נאנטע מענטשען.
דריי זוהן פון ר׳ משה טעטשער האבן איבערגעלעבט די קריג
הרה״ח ר׳ חיים שמואל- וויליאמסבורג
(טאטע פון הרה״ח ר׳ יעקל ראזענפעלד שליט״א לאיו״ט- לאנג יעריגער משב״ק האור האמת מוויזניץ-מאנסי זצ״ל)
הרה״ח ר׳ אלימלך- וויליאמסבורג (טאטע פונעם נפטר ר׳ בערל)
הרה״ח ר׳ נפתלי- בארא פארק
(האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער)
יהא זכרו ברוך
די ראזענפעלד ברודער
פון רעכטס צו לינקס ר׳ אלימלך, ר׳ נפתלי, ר׳ חיים שמואל

א בילד פון ר׳ משה אינאיינעם מיטן אהבת ישראל אויף א וואגן, ווען דער אהבת ישראל האט באזוכט אין חוסט אין יאר תרצ״א/1931 למספרם.
