בלאט 1 פון 1
די מערכה קעגען לייברעריס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:35 pm
דורך גדליה
מורי ורבותי
ווי יעדער ווייסט איז דא א שרעקליכע פראבלעם אז בחורים אין יונגעלייט גייען אין טמאנעם לייברערי.
לייענט יעדע צייטונגס באריכט פון א אפגעפארענער וועט איהר טרעפען בערך די זעלבע ווערטער, "כ'בין געווען א נארמאלע בחור/יונגערמאן ביז איך האב אפגעשטאטעט א באזיך אין די לאקאלע לייברערי אין פון דארט איז עס געגאנגען א גאנג".
אשר על כן וויל איך בעטען די עסקנים מ'זאל אנהייבען מאכען א אקטיווע קאמפיין קעגען מענטשען וואס טרעטען איבער די שוועל פון א לייבערי. מ'זאל אפהאלטען זייערע זכרים פון צו ווערען גע'מלעט און זייערע פרויען פון צו גיין אין מקוה.
אויב איינער ברויך עפעס וויכטיג (איי וואס דארף שוין א איד פון לייברערי? אבער שוין) קען ער זיך מעלדען צו די גבאים וועלכע וועלען עם מסדר זיין א ספעציעלע רשות קארטל.
געדענקט! זעקס אין זיבעציג פראצענט גיטין קומען צושטאנד פון מענער אדער פרויען וואס גייען אין לייבערי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:40 pm
דורך גדליה
וזאת למודעי! סדא אזעלכע וואס האלטען מ'זאל פארברענען אין א אויטא דא פע אלע אידן וואס גייען אין לייברערי, ווייל זיי שטעלען אין סכנה די יהדות החרדית.
ווילעך מודיע זיין אז דאס איז נישט די אויסגעהאלטענע דרך התורה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:25 pm
דורך וואלווי
אנגעפיקעוועטע מתיווני וואס די ביסט
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:54 am
דורך גדליה
פאר די אנגעקלערטע וואס גלייבען נישט די רבנים
אט קוקט וואס דער גוי זאגט אויף לייברעריס. לייענט אין שטוינט.
https://www.theguardian.com/books/2013/ ... erry-deary
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:57 am
דורך גדליה
נאך איינס פאר די אנגעקלערטע.
וואס די גויים זאגען איבער די געפאר פין לייברעריס. דאס איז דער גוי!
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... rous-place
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה האט געשריבן:וזאת למודעי! סדא אזעלכע וואס האלטען מ'זאל פארברענען אין א אויטא דא פע אלע אידן וואס גייען אין לייברערי, ווייל זיי שטעלען אין סכנה די יהדות החרדית.
ווילעך מודיע זיין אז דאס איז נישט די אויסגעהאלטענע דרך התורה.
גדליה: וואס איז נישט דער דרך התורה? גיין אין לייברערי. אדער (ח"ו) פארברענען די אידן...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 6:06 pm
דורך גדליה
היינט נאכט קומט פאר א ריזיגע מעמד אין מאנסי קעגען לייברעריס
איינער גייט אהין?
ס׳גייט רעדען די דרייווער פון איינער פון די הויפט לוחמים קעגען לייברעריס אין ניו יארק
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 6:07 pm
דורך גדליה
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:וזאת למודעי! סדא אזעלכע וואס האלטען מ'זאל פארברענען אין א אויטא דא פע אלע אידן וואס גייען אין לייברערי, ווייל זיי שטעלען אין סכנה די יהדות החרדית.
ווילעך מודיע זיין אז דאס איז נישט די אויסגעהאלטענע דרך התורה.
גדליה: וואס איז נישט דער דרך התורה? גיין אין לייברערי. אדער (ח"ו) פארברענען די אידן...!
גיין אין לייברערי קען צוברענגען מ׳זאל חלילה פאברענען מענטשען.
ודי למבין
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 7:54 pm
דורך פרייוויליג
וויפיל נעגלעך אויפן דאך אזויפיל אשכולות פון..
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 8:07 pm
דורך יתרו
עס דיוועלאפ זיך א ארגענעזאציע וואס גייט צושטעלן משומר'דיגע לייבערעריס ווי עס וועט נישט זיין צו געפינען קיין פייקציע ביכער פון קיין שום זשאנרעס, אויך נישט נישט-פיקציע ביכער, סייענס ביכער, בילאגיע, ארכילאגיע, פיזיקע און אזוי ווייטער, פארשטייט זיך אויך נישט סתם ליטרעטור.
עס וועט אבער זיין צו געפינען מעטה ביכער, עקאנטינג, און טעלעפאן ביכער.
הכינו!
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה האט געשריבן:היינט נאכט קומט פאר א ריזיגע מעמד אין מאנסי קעגען לייברעריס
איינער גייט אהין?
ס׳גייט רעדען די דרייווער פון איינער פון די הויפט לוחמים קעגען לייברעריס אין ניו יארק
און וואס טוטציך מיט די הייליגע רעביצין קלוגהויפט שתליט"א? מ'הערט שוין גארנישט פון איהר. זי איז שוין אינגאנצן אראפ פון די מאפע. זי האט דאך אנגעהויבן א קאריערע ווי זי זארגט זיך פאר'ן באשעפער, כביכול. ס'קען זיין אז איינער האט איהר אויסגעזאגט דעם סוד אז דער אייבישטער קען זיך באשטיין זיין שטעטל אן איהר הילף, אויך...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:46 am
דורך גדליה
יתרו האט געשריבן:עס דיוועלאפ זיך א ארגענעזאציע וואס גייט צושטעלן משומר'דיגע לייבערעריס ווי עס וועט נישט זיין צו געפינען קיין פייקציע ביכער פון קיין שום זשאנרעס, אויך נישט נישט-פיקציע ביכער, סייענס ביכער, בילאגיע, ארכילאגיע, פיזיקע און אזוי ווייטער, פארשטייט זיך אויך נישט סתם ליטרעטור.
עס וועט אבער זיין צו געפינען מעטה ביכער, עקאנטינג, און טעלעפאן ביכער.
הכינו!
עקאונטינג ביכער? פעך! אין וואספארא באשעפעניש איז דאס מעטה? וואס ברויך מען דאס בכלל קענען?
און טריפהנע גויאישע טעלעפאן ביכער?! טא טא טא! וואס ווארפסטו אוועק די אנשי שלומינו וואס דיין טאטע אין דיין זיידע האבען גענוצט???
די איינציגסטע ביכער וואס זענען ערלויבט זענען כולל ענינים אין ליכט שטראלען
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:31 am
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:עס דיוועלאפ זיך א ארגענעזאציע וואס גייט צושטעלן משומר'דיגע לייבערעריס ווי עס וועט נישט זיין צו געפינען קיין פייקציע ביכער פון קיין שום זשאנרעס, אויך נישט נישט-פיקציע ביכער, סייענס ביכער, בילאגיע, ארכילאגיע, פיזיקע און אזוי ווייטער, פארשטייט זיך אויך נישט סתם ליטרעטור.
עס וועט אבער זיין צו געפינען מעטה ביכער, עקאנטינג, און טעלעפאן ביכער.
הכינו!
עקאונטינג ביכער? פעך! אין וואספארא באשעפעניש איז דאס מעטה? וואס ברויך מען דאס בכלל קענען?
און טריפהנע גויאישע טעלעפאן ביכער?! טא טא טא! וואס ווארפסטו אוועק די אנשי שלומינו וואס דיין טאטע אין דיין זיידע האבען גענוצט???
די איינציגסטע ביכער וואס זענען ערלויבט זענען כולל ענינים אין ליכט שטראלען
האסט פארגעסען פון "סאטמארע קעניגרייך אין אמעריקא" פארפאסט דורך הרב אלחנן יוסף הערצמאן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:04 am
דורך שמעקעדיג
גדליה האט געשריבן:פאר די אנגעקלערטע
גולם פון פראג וואס דו ביסט.....
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 10:25 am
דורך לעיקוואד
רוב מוסדות האבן טאקע תקנות אז מען טאר נישט גיין אין פאבליק לייברעריס.