בלאט 1 פון 1

רעוואלוציע תשע"ט

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:07 pm
דורך קומזיץ
אזוי עס דרייען זיך לעצטענס ארום מענטשען מיט שרעקליכע קאשמאר'ן און פחדים פון די גרויזאמע הערשער און דיקטאטורן (רבנים ואדמורים בלע"ז) און זייערע נאיווע נאכפאלגער וואס ווילן ארויפצווינגען אויף די נייע רעליגיע "חרדזים" אויף וועם זיי קענען נאר לייגן א האנט
און זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט,
ווי זיי קומען זייען זיי אן א חרבן און לייגן ארויף פרישע גזירות חדשים לבקרים אויף זייערע אינטערטאנען עס איז א מצב בערב תאמר מי יתן בקר ובבקר תאמר מי יתן ערב,
מען נעמט אוועק די מינימאלע רעכטן פון איעדעם און בשעת זיי זיצן על סיר הבשר און זענען זיך מתענג מיט אלע מעדני עוה"ז זיצען די מענטשען און האבן נישט וואס אין מויל אריין צונעמען ,

און די פראבלעם איז נאך אסאך גרעסער ווייל אינדערצייט וואס זיי פרעדיגן די רעליגיע פאר די מאסן זיצען זיי און באהעלטעניש און טוען וואס אימער זיי ווילען און לאכן זיך אויס פון די גאנצע זאך,
אזוי ווי איך האב גרויס מיטלייד מיט די אלע ליידענטע עפן איך דעם אשכול דא אויפן שטיבל ווי די אויגן פון די הערשער וועט נישט דערגרייכן (עס איז געבלאקט דורך זייערע גרויזאמע פילטערס)
ווי אונז וועלן קענען בדיבוק חבירים זיך אויסשמועסן לטכס עצה ווי אזוי צו בייקומען די שונא און איך בעהט אלע חבירים ווער עס האט עפעס זאכליכע עצות זאל עס ביטע נישט האלטען ביי זיך נאר ארויפלייגען דא לתועלת הציבור,

איך וועל אנפאנגען מיט איין עצה
מען זאל אנפאנגען א קאמפיין ביי go fund me צו בויען א וואנט וואס זאל אפטיילען צווישען אונז און זיי און די ניצן פון דעם וועט זיין צווייפאכיג ,
ערשטענס וועלן זיי אונז נישט קענען דערגרייכן און וועלן נישט קענען ארויפצווינגען די רעליגיע
צווייטענס וועלן מיר זיין אפגעזונדערט פון זיי און וועלן נישט האבן קיין השפעה נישט אויף אונז און נישט אויף אונזערע קינדער

נאך א עצה , מען זאל מאכן א גרויסע פראטעסט און שרייען גראבע פאס ,גרויזאמע דיטטאטורן , נאיווע מענטשען , הערט שוין אויף מיט ענקער רשעות.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
קומזיץ: איך ווייס נישט אויב דו ביסט ערנסט אדער דו מאכסט ליצנות. אבער א לייק האביך דיר געגעבן בכל אופן...לאל...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:32 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס'דא נאך איין עצה וואס איז נאך דאס בעסטע פון אלעם. דורכאויס דעם טאג זאל מען זיך דרייען אין דעם סיסטעם, און ביינאכט זאל מען אריינקומען דא אין שטיבל זיך אויסגעבן דאס ווייטאג. און אז דער הייליגער באשעפער וואס העלפן אז מיט די צייט וועט מען זיך אויטאמאטיש טרעפן אינדרויסן פון געטא, קען דאך בעסער פון דעם נישט זיין.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:07 pm
דורך ביבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'דא נאך איין עצה וואס איז נאך דאס בעסטע פון אלעם. דורכאויס דעם טאג זאל מען זיך דרייען אין דעם סיסטעם, און ביינאכט זאך מען אריינקומען דא אין שטיבל זיך אויסגעבן דאס ווייטאג. און אז דער הייליגער באשעפער וואס העלפן אז מיט די צייט וועט מען זיך אויטאמאטיש טרעפן אינדרויסן פון געטא, קען דאך בעסער פון דעם נישט זיין.

טיפיקל גרופ מענטאליטעט. ווען א גרופ זעהט אז אז א יחיד פיט נישט אין זייער סיסטעם, ער דערוואגט זיך צו טראכטן אדער גאר רעדן אנדערש ווי יעדן וועלן זיי קודם פרובירן אים צו מאכן פיטן. אזוי ווי אין סדום, אויסציען, אפשניידן, ווילאנג ער פיט שוין. אויב געלונגט עס נישט וועלן זיי פטור ווערן פון יענעם אויפן שנעלסטען וועג. א לאנד וואס האט מאכט וועט יענעם פשוט אראפווישן פון די מאפע. אנדערע גרופעס ווי למשל א חסידות וועט יענעם ארויסווארפן און פטור אן עסק.
זיי ווילן האבן די קעיק און עס עסן אויך אבער אנשטאט זאגט מען זיי עס דיין אייגן וויזויהייסטעס.