בלאט 1 פון 1
NYPD שוחד סקאנדאל
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 12:34 pm
דורך מאן דאמר
די דזשורי האט היינט דערקלערט דזשעימס גרענט, דער געוועזענער NYPD אפיציר וואס איז געווען אנגעקלאגט פארן נעמען שוחד פון היִיִמישׁע ביזנעסלייט, פריי, נישט שולדיג, און דזשערעמי רייכבערג, וואס איז געווארן אנגעקלאגט פארן שחד׳נן דעים אפיציר, האבן זיי דערקלערט שולדיג, א בחינה פון פלוני רבעו שלא לרצונו
ס׳איז א פלא וויאַזוֺי דאס ארבייט, די גאנצע קעיס, לדעתי, איז באזירט אויף די Intent, דאס הייסט וואס די כוונה פון די מתנות זאל ווען האבן געוועזן, דאס איז קלאר אז מתנות איז געוועזן, אבער די שאלה איז צו עס איז געווען אן אלגעמיינער פריינטשאפט, אדער א שחדות בכוונה תחילה
https://nypost.com/2019/01/02/james-gra ... n-scandal/https://www.nytimes.com/2019/01/02/nyre ... hberg.html
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:30 pm
דורך אישתישבי
אין דער פרייער אמעריקע, דער וואס האט גענומען שוחד ער איז נקי ווייל ער איז א גוי, אבער דער וואס האט געגעבן ער איז שולדיג ווייל ער איז א איד. גאונות.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:41 pm
דורך יעקב מענטש
פארוואס האבן די חברה געדארפט א ביקס-שיין
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:49 pm
דורך כלבאשבוע
די אנגעבליכע סיבה פארוואס גרענט איז ארויס נקי האט צוטון מיט די סופרים קאורט רולינג אויפן געוועזענעם ווירדזשיניע גאווערנאר Bob McDonnell וואס האט לויזער געמאכט די ענין פון שוחד פאר פובליק פיגורן
פאר ווער סוויל בעסער פארשטיין
https://en.wikipedia.org/wiki/McDonnell ... ted_Stateshttps://en.wikipedia.org/wiki/Bob_McDon ... Court_case
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:04 pm
דורך יעקב מענטש
נבל ברשות ה'געזעץ
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
מאן דאמר האט געשריבן:די דזשורי האט היינט דערקלערט דזשעימס גרענט, דער געוועזענער NYPD אפיציר וואס איז געווען אנגעקלאגט פארן נעמען שוחד פון היִיִמישׁע ביזנעסלייט, פריי, נישט שולדיג, און דזשערעמי רייכבערג, וואס איז געווארן אנגעקלאגט פארן שחד׳נן דעים אפיציר, האבן זיי דערקלערט שולדיג, א בחינה פון פלוני רבעו שלא לרצונו
ס׳איז א פלא וויאַזוֺי דאס ארבייט, די גאנצע קעיס, לדעתי, איז באזירט אויף די Intent, דאס הייסט וואס די כוונה פון די מתנות זאל ווען האבן געוועזן, דאס איז קלאר אז מתנות איז געוועזן, אבער די שאלה איז צו עס איז געווען אן אלגעמיינער פריינטשאפט, אדער א שחדות בכוונה תחילה
https://nypost.com/2019/01/02/james-gra ... n-scandal/https://www.nytimes.com/2019/01/02/nyre ... hberg.html
מאן דאמר: ס'פאסט ענדערש צו זאגן אויף דעם דעם מאמר חז"ל..."טוביה חטא וזיגוד מינגיד"...!
נאר די מעשה איז אזוי. ווי 2 חדר יונגלעך וואס שמועסן אינמיטן לערנען. איינעם שרייט די רבי אן. און דעם צווייטן זאגט ער גארנישט. קומט דער ערשטער יונגל מיט טענות צום רבי...איך האב דאך געשמועסט מיט איינעם. נו, פארוואס קומט איהם נישט קיין שטראף. און פאר מיר יא...?! דער תירוץ איז אז דעם ערשטן יונגל האט די רבי פיינט. כן הדבר הזה. די דזשורי באשטייט פון גויים. און דער גוי וואס האט געזינדיגט האבן זיי סימפאטיע און מיטלייד מיט איהם. ער איז נעבעך דער קרבן. אבער דער איד, וועלכער האט געגעבן שוחד איז שולדיג...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:58 pm
דורך אישתישבי
און גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, אין די תורה שטייט נאר לא תקח שוחד, נישט לא תתן.
Re: NYPD שוחד סקאנדאל
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 9:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עי׳ חוות יאיר
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2019 11:25 pm
דורך אישתישבי
א שעקויעך פאר צו ברענגן.
דא איז דא א לענגערע דיון,
https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 12,00.htmlדער עיקר חילוק אז ווען עס איז פאר די גוי נישט אסור צו נעמען איז נישט דא קיין איסור צו געבן, ובנידון דידן האט דער גוי נישט געטוהן קיין איסור, והראי' מען האט אים געפטר'ט.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 4:59 am
דורך berlbalaguleh
אונז זעמיר נישט דן אויב דער גוי'(אישער פאליסמאן) האט געטון כהלכה אדער נישט. נאר אין די פראקטישע זייט. אז אין די זעלבע קעיס וואו 2 מענטשן האבן לכאורה עובר געווען אויפ'ן געזעץ. און איין שותף (לדבר עבירה) איז גענצליך באפרייט געווארן. און דער צווייטער (דער איד) איז ארויסגעקומען אינגאנצן שולדיג...! דאס איז מורה אויף פרעדזשודיס אקעגן אידן...! כמו שאמרתי למעלה...!
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 12:14 pm
דורך יעקב מענטש
berlbalaguleh האט געשריבן:אונז זעמיר נישט דן אויב דער גוי'(אישער פאליסמאן) האט געטון כהלכה אדער נישט. נאר אין די פראקטישע זייט. אז אין די זעלבע קעיס וואו 2 מענטשן האבן לכאורה עובר געווען אויפ'ן געזעץ. און איין שותף (לדבר עבירה) איז גענצליך באפרייט געווארן. און דער צווייטער (דער איד) איז ארויסגעקומען אינגאנצן שולדיג...! דאס איז מורה אויף פרעדזשודיס אקעגן אידן...! כמו שאמרתי למעלה...!
pארוואס אקעגן אידן?
אויב וואלט דער נותן געווען אן איטאליענער וואלט זיך עס אנדערש אויסגעלאזט?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 12:25 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:אונז זעמיר נישט דן אויב דער גוי'(אישער פאליסמאן) האט געטון כהלכה אדער נישט. נאר אין די פראקטישע זייט. אז אין די זעלבע קעיס וואו 2 מענטשן האבן לכאורה עובר געווען אויפ'ן געזעץ. און איין שותף (לדבר עבירה) איז גענצליך באפרייט געווארן. און דער צווייטער (דער איד) איז ארויסגעקומען אינגאנצן שולדיג...! דאס איז מורה אויף פרעדזשודיס אקעגן אידן...! כמו שאמרתי למעלה...!
ר' בערל
פאר א מינוט האט מען דן געווען וואס די אידישע הלכה זאגט. און דא כאפט א נפקא מינה אױב דער גוי האט א איסור צו נעמען אדער נישט. דער חוות יאיר זאגט אז מען טאר נישט געבן שוחד פאר א גוי וויבאלד דער גוי טאר נישט נעמען. דער חוות יאיר האט געשריבן דער תשובה אויף דער אנפראגע פין קארל לודוויג, א גוי, וואס האט שפעטער געשריבן א גאר אנטיסעמיטישע ספר אקעגען אידן, ווי געשריבן אין דער לינק שלקקתי למעלה. דער חוות יאיר איז מקיל אויב מען וויל וואס קומט על פי געזעץ, און וויבאלט דער אנדערע איד איז משחד, וויל דער איד אויך משחד זיין. עפעס אזוי. אנדערע האבן א היתר אז דער איסור אויב נאר אויב דער גוי טאר נישט נעמען, װעל זה כתבתי אז בנידון דידן האט דער גוי געמעגט נעמען, והראי' ער גייט נישט אין תפיסה, מעג מען געבען אויך.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
אם בהלכות ריבית דנינן. זעה איך נישט דעם צד איסור (פאר א איד) צו געבן ריבית פאר'ן גוי. אפילו אויב דער גוי טאר נישט נעמען קיין רבית לויט זיין קאטוילישע רעליגיע. דאס איז אונז גארנישט מחייב מצד ההלכה. ס'איז נישט שייך קיין לפני עיוור לא תתן מיכשול...! ס'איז א בפירוש'ער פסוק אין די תורה..."לנכרי תשיך. ולאחיך לא תשיך"...!
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 11:28 pm
דורך מאן דאמר
היינט איז מר רייכבערג פאראורטיילט געווארן צו אכט און פערציג מאנאט טורמע
https://nypost.com/2019/05/13/de-blasio ... y-scandal/פיר יאר איז בּיִטער ווי א גאל, דאכצעכמער אבער מ׳האט זיך גערעכענט אויף פיל ערגערס