בלאט 1 פון 2

מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:18 pm
דורך מודה בטפל
אין פאליטיק איז דא א מנהג אז מ'פרעגט ביידע קאנדידאטן זאלן זאגן א מעלה וואס ער האלט פון זיין קעגנער פון די אנדערע פארטיי. ווילן בעטן דעם עולם צו שרייבן מעלות וואס זיי זען ביי אנדערע קהילות און הויפן וואס מזעט מעגליך נישט ביי די אייגענע בכלל אדער אויף דעם פארנעם. איר מוזט נישט שרייבן וואו איר באלאנגט יא.

איך באלאנג נישט אין באבוב, א מעלה וואס איך זע דארט אז מ'גייט אנגעטון זייער שיין מ'איז מקפיד אויף דעם ת''ח רביב על בגדו.
באלאנג נישט אין בעלז. בעלז אינגעלייט האבן א געוויסע איידלקייט וואס מ'זעט נישט ערגעץ אנדערש אויף אזא פראצענט.

נישט קיין וויזניצער. זיי זענען באשאנקען מיט תמימות און ווארימקייט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:36 pm
דורך גדליה
איך באלאנג נישט אין באיאן.
זייער רבי גייט א נעקטיי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:41 pm
דורך מודה בטפל
מאכסט חוזק פון מיר? אדער איז נעקטיי א מעלה?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:53 pm
דורך גדליה
שוין, איז נישט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:55 pm
דורך סמבטיון
גדליה עס איז א שיינע איידיע, פליז הארגע נישט אוועק די אשכול אויך, בתודה למפרע

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 7:00 pm
דורך גדליה
סמבטיון האט געשריבן:גדליה עס איז א שיינע איידיע, פליז הארגע נישט אוועק די אשכול אויך, בתודה למפרע

הער שוין אויף מיט די נעגאטיוויטי, כ'ברענג ארויס ערענסטע נקודות. כ'שרייב עס אביסעל יומאריסטיש. לאך אביסעל.

Re: מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 7:16 pm
דורך חסיד פון ליטא
איך באלאנג נישט אין מחנובקה, זייער רבי איז אן איש מורם מעם ואיש אמת.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה האט געשריבן:איך באלאנג נישט אין באיאן.
זייער רבי גייט א נעקטיי.

גדליה: טאמער באלאנגסט דו אין טשארטקוב, סאדיגורא,הוסיאטין. אדער סיי וועלכע אנדערע חלק פון די ריזשינער גזע, קענסטו אויכעט אנטון א נעקטיי. יא נאך א זאך. דו מוזסט גיין מיט דעם פאני, שפיציגן שטריימל...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 7:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אדער קענסטו זיין א סטאלין-לויצקער רבי און גיין מיט א שניפסל מיט א נארמאלע שטריימל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ניין. לכאורה נישט. ווייל אויב ער וועט גיין א ווייסע העמד, א שווארצע בעקישע און א שווארצע שניפסל. הנקרא בוי טיי. וועט מען נאך מיינען אז ער איז איינער פון די ספאנישע אדער רוסישע וועיטערס. הנקרא קעלנערס. או מעססערא...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:55 pm
דורך אישתישבי
איך בין נישט קיין אהרוני, און ר' אהרון איז א תלמיד חכם. איך בין נישט קיין זאלוני, און רז"ל איז א בעל מדות.

און ביידע סאטמארע חסידים זענען אגרעסיווע געלט פארדינער, און האבן גאטס ווי טראמפ.

און באבוב 48 קען שיין זינגען, און ציט ארויס מער געלט פין איין גביר ווי אלע רבי'ס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט קיין ספרדי, אבער זייער שטארקע און שטענדיגע צוגעבינדענקייט צום רבוש"ע בין איך מקנא. ווי אויך האלטן זיי זיך פעסט ביי זייער טראדיציע און אידישע אידענטיטעט כאטש זיי האבן נישט (עכ"פ נישט אויף אזא פארנעם) די אלע סממנים וואס מיר האבן חסידות קהילות עולם הישיבות וכדומה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:21 am
דורך איש חזון
איך באלאנג נישט אין פאניוועז', זיי געבן ארויס (אדער: נעמען אריין ?) באמבעדיגע עילויים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 3:18 am
דורך אישתישבי
איך בין נישט א סקווירא, אבער די חכמה פין רבי'ן איז שלא מעלמא הדין.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:12 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
berlbalaguleh האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:איך באלאנג נישט אין באיאן.
זייער רבי גייט א נעקטיי.

גדליה: טאמער באלאנגסט דו אין טשארטקוב, סאדיגורא,הוסיאטין. אדער סיי וועלכע אנדערע חלק פון די ריזשינער גזע, קענסטו אויכעט אנטון א נעקטיי. יא נאך א זאך. דו מוזסט גיין מיט דעם פאני, שפיציגן שטריימל...!

אויב באלאנגסטו אין פאשקאן דאן קענסטו אויך גיין מיט א בלויע העמד אין א געשטריקטע קאפל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:25 am
דורך צפור בודד
אישתישבי האט געשריבן:איך בין נישט א סקווירא, אבער די חכמה פין רבי'ן איז שלא מעלמא הדין.


טאקע שלא מעלמא הדין און נאך א מזל פאר די עלמא הדינ'ניקעס.

Re: מעלות חברינו וואו מען באלאנגט נישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:02 am
דורך חסיד פון ליטא
איך בין נישט קיין טאליבאנער אבער זייער אמונה תמימה און די שטארקייט פאר מסורה איז מבהיל'דיג!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:13 am
דורך צפור בודד
איך בין נישט א ליובאוויטשער אבער זייער הסתפקות במיעוט איז זיך אפצולערנען. דער געיעג נאך געלט און דערנאך עס אויסגעבן אויף משוגע'נע אופנים ווי עס גייט פאר אלגעמיין ביי כמעט אלע חסידים זעט נישט אויס צו עגזיסטירן ביי זיי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:27 am
דורך גדליה
איך בין נישט קיין גוי אבער... לא תחנם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:27 pm
דורך והאיש משה
איך בין נישט קיין באבובער, אבער דאס באלאנס, און נישט עקסטרעם כמעט און קיין איין זאך, געפעלט מיר זייער!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:58 pm
דורך Buddy
איך בין נישט קיין הר המור'ר, אבער זייער ליבשאפט צום אייבערשטען אין די ליבשאפט פונעם רביןצו יעדן איד איז עפעס אוט אף זיס ווארלד!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 1:03 pm
דורך Buddy
איך בין נישט קיין איתרי'ער אבער זייער איידעלקייט איז עפעס אויסערגעווענליך און די גראדקייט פון די דרך הלימוד פון זייער גרויסע רבין' הגה"ק רבי שלמה פישער שליט"א אין דוגמתו כלל!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט קיין קאווע שטיבל שרייבער אבער דעי מאס קאנפידענץ Buddy@ האט צו עפענען הונדערטע געפירקלטע אשכולות ווי א פראפעסיאנאלער ספעממער פון אינדיאניזיע איז צום באווונדערן.