בלאט 1 פון 2
קאמפיין "ללקק"
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:20 pm
דורך גדליה
טייערע אידען,
אזוי ווי כ'זעה אז די עולם מאכט ריזיגע קאמפיינען און ס'קומען אריין מיליאנען טריליאנען דאלארן.
האב איך געקלערט איך קען אויך מאכען א קאמפיין.
איך זוך אנצוקומען צו טויזענט לייקס ביז שבת קודש, אין א פארזיך צו באסטען מיין קאנפידענץ.
יעדער קען מנדב זיין וויפיל ליקס ער קען, איינער קען געבן פינעף איינער צען איינער פופצען, אפילו איין לייק איז אויך עפעס. איהר קענט לייקען די ארטיקעל און יוצא זיין אייער נדבה.
יעדער וואס איז מנדב גייט אריינגיין אין א גורל, ס'וועט זיין איין געווינער פון פופציג לייקס. צוזאמען מיט נאך צען קלענערע געווינער פון איין לייק.
אזוי ווי מיר נויטיגען זיך יעצט שטארק אין לייקס (וד"ל) בעטען מיר די עולם זאל זיך שיין צושטעלען.
וזאת למודעי, אונזערע קאמפיין ווערט נישט געמאכט מיט טריפהנ'ע ראבא קאלס וואס זענען מצער מענטשען, און מיט מסירת נפש וועלן מיר זיך פארמיידען פון טרעטן אויף די נערווען פון עם ישראל.
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:34 pm
דורך נעגעל וואסער
דיין קאמפיין וועט קיינמאל נישט געלונגען. עס האבן אין זיך די מעדזשיק ווארט "מעטישנג".
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:42 pm
דורך גדליה
נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל לייקס פאר גדליה אין שטיבל אזוי פיל ברית'ן אין בעלזער שטיבל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:12 pm
דורך גדליה
ברוך ה' מיר רוקען זיך פאראויס, מיר ברויכען נאך קנאפע פופציג לייקס צו דערגרייכען די ענגילטיגע ציהל.
רבותי רבותי פליז פליז ברענגט נישט צו מיר זאלען מוזען זיך באנוצען מיט די טריפהנע ראבא קאלס, רופט אייך אן מיט ווארעמע נדבות.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:31 pm
דורך וואלווי
אויב די געסט אויף דיין אינטערנעט קאמפיין, עלעך ארלעידיגן די ארונים זאלען ארויסגעבען א קידוש ה' בריעף לטובתך.
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:38 pm
דורך גר ותושב
אז מען בעט שיין באקומט מען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:51 pm
דורך איסר האטלקי
גדליה האט געשריבן:נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?
איך גיי איין אויף 'מעטשינג פאנדס'!
פאר יעדע לייק וואס מען געט פאר גדליה ביז שבת, זאל מען מעטשן מיט מיר און מיר אויך געבן איינס כנגדו.
עירלי בירד באונעס ראפעל: פאר יעדע לייק וואס מ'געט מיר ביז מארגן 10:00 צופרי, גייט מען אריין אין א ספעציעלן ערשמאליגן ראפעל, דער געווינער וועט באקומען
דרייסיג אישי'ס פון מיר פערזענליך!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:54 pm
דורך אישתישבי
על פי דקדוק וואלט מען געברויכט עס רופען לללק, נישט ללקק.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:59 pm
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:נו נעגעל, המתחיל במצוה וכו'
אפשר נעמסטו אויף זיך מעטשינג פאנדס?
איך גיי איין אויף 'מעטשינג פאנדס'!
פאר יעדע לייק וואס מען געט פאר גדליה ביז שבת, זאל מען מעטשן מיט מיר און מיר אויך געבן איינס כנגדו.
עירלי בירד באונעס ראפעל: פאר יעדע לייק וואס מ'געט מיר ביז מארגן 10:00 צופרי, גייט מען אריין אין א ספעציעלן ערשמאליגן ראפעל, דער געווינער וועט באקומען
דרייסיג אישי'ס פון מיר פערזענליך!
ע"ד די מלמד אין חדר, איך וויל עס נישט ניצען אבער טאמער ס'פעלט אויס עמער דארפן דרוקען די נודניק קנעפל...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:02 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:על פי דקדוק וואלט מען געברויכט עס רופען לללק, נישט ללקק.
עכט וואלט געדארפט זיין "ללק" נאר ס'איז העברעאיש פאר א "לייקעלע" אזא. פונקט ווי קטנ'צ'יק כזה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:31 pm
דורך גדליה
א גרויסן יישר כח פאר אלע משתתפים
נאך קנאפע 34 לייקס צום יעד
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
גדליה האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר אלע משתתפים
נאך קנאפע 34 לייקס צום יעד
שרייב א פרישן אשכול,באקומסטו נאך איינס
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 1:57 am
דורך גדליה
אימגלויבליך! ישראל נתבעים ונותנים!
נאך קנאפע 22 אין מיר קומען אן צום יעד!
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 2:03 am
דורך בן ישי
וואס געשעהט אויב מ'קומט חס ושלום נישט אן צום ציל? אלעס גייט צוריק גיין?
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 2:05 am
דורך דער גאלדענער אדלער
גדליה האט געשריבן:אימגלויבליך! ישראל נתבעים ונותנים!
נאך קנאפע 22 אין מיר קומען אן צום יעד!
גדלי' זיסער: אזוי ווי כ'האב שטארק הנאה פון דיינע ארטיקלעך, עלעך אפירזוכן טייל פון דיינע תגובות וואס כ'האב נאכנישט געלייקט, און עס לייקן, נאר ווייל כ'האב דיך ליעב, און מיט א פרייליכן געמיט וועסטו קענען עסן די טשולענט מיט ירושלמי'ר לאקשן קוגל שוין מארגן פאר טועמי'
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 2:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
גדלי': פליז געב מיר א חשבון וויפיל לייקס דו האלסט שוין, כ'ארבייט שוין אריין דא פאר כאטשיג צוואנציג מינוט און כ'באווארף דיר מיט לייקס לכאן ולכאן, און כ'מוז שוין גיין מיך צולייגן צו האבן כח פארן מארגענדיגן טאג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 2:41 am
דורך בן ישי
מ'קען שוין כמעט צולייגן די באנוס גאול
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 5:50 am
דורך איסר האטלקי
איך וויל אויך מאכן א קאמפיין, אבער כ'האב א גרינגערע וועג. פארוואס זאל איך משוגע מאכן גאנץ כלל ישראל פאר דעם?
איך מאך א געשעפט מיטן גאלדענעם לעקער (אדלער) דירעקט, פופציג פאר פופציג, האמער א געשעפט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 7:53 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב! דער גאול איז געריעטשד געווארן!
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 9:00 am
דורך דער גאלדענער אדלער
איסר האטלקי האט געשריבן:איך וויל אויך מאכן א קאמפיין, אבער כ'האב א גרינגערע וועג. פארוואס זאל איך משוגע מאכן גאנץ כלל ישראל פאר דעם?
איך מאך א געשעפט מיטן גאלדענעם לעקער (אדלער) דירעקט, פופציג פאר פופציג, האמער א געשעפט?
איסר'ל מיין ברידער, מ'האמיר א געשעפט![emoji3]
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 9:21 am
דורך וואלווי
[tag]גדליה[/tag] וואס טוט זיך מיט דעם גורל?
אפשר ווארט צו ביז נאך שבת אז דער געווינער פון אוסטראליע זאל אויך קענען מיטהאלטן..
Re: קאמפיין "ללקק"
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2019 10:27 am
דורך חסיד פון ליטא
אבטולמוס האט געשריבן:אוי וויי, פארפאסט.
קענסט נאך אריינכאפן דעם באונעס גאול.