אכשר דרא אויף סטעראוידס
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 4:30 pm
יעדער דבר חכמה פאדערט א העמקה, א קריטישע אויג און א גרינטליכע איבערזיכט זיך צו דעראינערן דערצו, די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צום סאציאלאגישע איבערזיכט אויפ'ן חרדישן לאגער אז זי ווערט אלץ פרומער און פרומער גערופן אין קורצן אכשר דרא.
פארהאן אויבערפלעכליכע מענטשן וואס וועלן עס נישט זען אליין בהשפקה ראשונה און פאר זיי וועט זיך פאדערן ראיות און היסטארישע פאקטן צו איבערצייגן איבער דעם פענאמען, אנדערע מענטשן וועלן לייקענען שמש בצהריים און וועלן נישט האבן די קאמפריהענסיוו צו פארדייען די נויאנסן פון אכשר דרא און דער חרדיזם שטאפל פון איין יאר צענדליג ווערסוס דעם אנדערן. אנדערע וועלן זאגן ס'איז א געבענטשטע זאך און מיר מעגן און מיר דארפן בעסער ווערן אזוי צו זאגן פון אונזערע עלטערן און מיר טארן נישט ירשענען זייער חסרונות, א צווייטער וועט טענה'ן אז ס'איז גאר א געפארפולע ערשיינונג ווייל די טבע פון רעליגיע איז אז זי רוקט זיך נאר אויף רעכטס כמאמר החכם עקסטרעמיזם פריוועילס, און אויב האט מען נישט די מינדעסטע אווערנעס און איבערזיכט צו פרומקייט און חומרות ענדיגט מען ווי לב טהור אדער אייסיס.
אזוי צי אזוי איז דאס א שווערע און דקות'דיגע ארגומענט אין א שמועס. ראובן דארף ווידמען גאנצע בלעטער מיט אויסצוגן און אויסשניטן פון אלטע צייטונגען אז אמאל האט מען דאס געמעגט און יענץ געמעגט, און דאס איז געווען כשר און יענץ איז געווען נארמאל, און דערנאך הויבט זיך אן א קאמפליצירטע דעבאטע פארוואס ס'איז אזוי און וואס זענען די גורמים מיט פארשידענע פאקטן און אורזאכן אויסגעשפרייט איבער צענדליגער יארן וויאזוי זאכן טוישן זיך און ווערן עוואלווד מיט די יארן.
אלץ האט זיך געטוישט נעכטן נאכט, די אכשר דרא מאדעל פאדערט מער נישט קיין אלטע צייטונג אויסשניטן, עס איז נאקעט און פשוט און שפילט זיך אפ פארנט פון אונזערע אויגן, עוואלוציע נעמט מער נישט קיין ביליאנען יארן און די עוואלוציע פון אכשר דרא נעמט מער נישט קיין צענדליגער יארן און טוישן אין צייטן און גייסט, עס געשעט אין מינוטן, יעדער מאן דאמר קען אין איין מינוט שטופן דעם שניי טאבע אראפ דעם בארג און אלע וועלן נאכטאנצן קדוש קדוש קדוש.
כלפי מה דברים אמורים:
*
נישט מער ווי פינף וואכן צוריק האט די בארימטע סאטמארער קעניגרייך אויף ראדני סטריט אפגעהאלטן אן אינטערנעט קאמפיין ארום די טעג פון כ"א כסליו. חברה איר הערט גוט, ס'איז נאכנישט ר"ח שבט ווען די ווערטער ווערן געשריבן. די גאנצע קאמפאני איז איינגעשפאנט געווארן אין דעם קאמפיין מיט'ן גרעסטן לכתחילה, די גרעסטע שושקעס זענען געאנארד געווארן אויפן אינטערנעט ארויף צו אזעלכע הויכע נעמען ווי דעם רבינ'ס ברודער אב"ד זענטא אינאיינעם מיט אלע חברי הנהלה וראשי הקהלה. עס האט זיך געטון א פלירטעריי און לעקעריי אויף די העכסטע פארנעם, מ'האט זיך געקלאפט פלייצעס און גע'לקיקה'ט אויף כח, די גאנצע סאטמארער מאשין איז איינגעשפאנט געווארן צו מאכן דעם קאמפיין א סוקסעס.
אלעס איז געווען העכסט נארמאל, טשארידי איז א כשרע סייט, מ'האט נישט אדווערטייזט די אינטערנעט קאמפיין אין די שולן צי סיי וואו נאר אויפ'ן אינטערנעט, מ'האט געקענט געבן אויפן טעלעפאן אויך, מ'האט פשוט געהאט די מינדעסטע אחיזה צו רעאליטעט, אז 99 פראצענט סוחרים און בעלי בתים האבן אינטערנעט ציטריט, טאקע אין גרויס טייל כשרע אינטערנעט אונטער משומר, און די פשוטסטע און פראקטישסטע און שנעלסטע וועג אפצונעמען זייער געלטער איז דורך די אינטערנעט, פונקט ווי זיי צאלן זייערע קרעדיט קארד בילס. (דאס איז ממש די פשוטסטע נקודה אויף שלב א'. פון אונטערן באוואוסטזיין האט מען גוט געוואוסט די כח פון קראוד פאנדינג, פון סאשעל מידיע און די גאנצע טאראראם וויאזוי א טשארידי קאמפיין ארבעט מיט אנעריס וכדו' וואס קען נאר צושטאנד קומען אדאנק די פארשאלטענע אינטערנעט).
אלעס איז פיין און וואויל דערווייל.
אין די זעלבע וואכן איז פארגעקומען קאמפיינס דורך די פרומסטע קהלות א שטייגער ווי מחנובקה, די אולטרא סיקריקישע וויזשניץ אין בית שמש ועוד ועוד ועוד וואס איז נישט שייך אויסצורעכענען צוליב די פילע קאמפיינס.
לאמיר גיין א טרעפל ווייטער. מיר שטייען נאכנישט קיין דריי וואכן זינט די מעכטיגע פריזאן רעפארם קאמפיין, ווידער זענען ביידע סאטמארער קעניגרייכן, אזוי אויך באבוב און סקווירא און סיי וועלכע קהלה אריינגעשלעפט געווארן אין א קאנקורענץ ווער עס קען אויפטרייבן מער געלט און דערנאך נעמען מער קרעדיט פאר פריזאן רעפארם. עס איז געווען א נחת צו קוקן ווי ענדליך ברענגט די סאטמארער מחלוקה עפעס פירות און גינסטיגע רעזולטאטן און נישט נאר שנאה, מחלוקת און שפיכת דמים.
ווידער זענען די פראפאגאנדע מאשינען אריין אין קראפט, די צייטונגען און האטליינס האבן געליארמעט, די דיינים האבן געשריבן שרייעדיגע קול קוראס, די שוויצערס האבן געשוויצט און א רויעך איז געגאנגען. פאר א סעקונדע האט קיינער נישט געבלינצט מיט די אויגן אז דאס איז אן אינטערנעט קאמפיין, פאר די פשוטע סיבה ווייל אם אין אינטערנעט אין קמח, און די איינציגסטע וועג וויאזוי אזא קאמפיין קען און וועט ארבעטן און שאפן צוויי מיליאן פלאס אין א געניץ איז דורך די אינטערנעט.
דאן איז געשען א קוריאז.
*
דושסינקיא רבי האט אריינגעווארפן א פלאקן.
ווען ס'איז געקומען צו זיין קאמפיין האט ער געזאגט אז ער וויל נישט קיין אינטערנעט קאמפיין.
יעצט, ווען מ'רעדט פון אן איזאלירטן פאל קען איך אפילו שעצן דעם דושינסיקער רבין, ער האט א רעכט צו פירן זיינע קאמפיינס וויאזוי ער וויל, ווער רעדט נאך ווען ס'קומט מיט אן אפשר'דיגן פערזענליכע הקרבה איז זיכער אז ער מיינט עס ערנסט. ס'איז אביסל עקסטרעם אבער מ'קען הערן דעם צד, אז יונגעלייט זאלן זיך נישט קאכן אין דער אינטערנעט, די אינטערנעט זאל נישט זיין אויפ'ן אויבן אן פון סדר היום, די יונגעלייט וועלן לויפן קוקן ווי ס'האלט יעדע פינף מינוט, ווער רעדט נאך בני תורה און כולל יונגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט די אינטערנעט קען דאס זיין זייער ערשטע מגע משא ומתן, ער וויל דאס פארמיידן. עקסטרעם, אבער כל הכבוד. דער אריגינעלער מהלך דארף בלייבן לעגיטים און דושינסקיא רבי זאל טון וואס ער וויל.
אבער א נעכטיגן טאג.
יעצט האט זיך אנגעהויבן א "פריטשן טו דע קווייער" אבער אין אן אויגן בליק. די וויזשניצער רביים האבן אנגעהויבן וויינען און ברעטשן אויף די גרויסע מכשול וואס זיי זענען נעבעך אריינגעפאלן וואס מסתמא האט עפעס א תלמיד טועה אויסגעפאפט דעם בית שמש רבי'ן און מהלך דושינסקיא איז יעצט דער נארם, אן אינטערנעט קאמפיין איז אין איין רגע כמימרא געווארן חזיר טריפה ווי די עבודה זרה אזוי ווייט אז דער קרן חתנים קאמפיין איז נעכטן נאכט אפגערופן געווארן, און נאכאמאל נישט פארגעסן, אין די זעלבע פינף וואכן פון ווען דער זעלבער קהלה האט סוקסעספול דורכגעפירט די סאמע זעלבע קאמפיין
האט עטס די אכשר דרא מאדעל און ווי אזוי דאס ארבעט נאר אויף סטעראוידס. מיר דארפן מער נישט ווארטן צען און צוואנציג יאר, אין דער היינטיגער פארגעשריטענער עפאכע ווי אלעס לויפט מיט די ספיד אוו לייט אדאנק דער אינטערנעט, טיילט אכשר דרא מיט דעם זעלבן גורל און ווידער אדאנק די אינטערנעט, און וואס איז נעכטן מותר און נארמאל קען ביז מארגן ווערן אסור און אפגעפרעגט אן דעם וואס עמיצן זאל האבן די מינדעסטע הווא אמינה צו געבן אפילו א קריץ מיט די ציין.