בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 8:25 pm
דורך אישתישבי

ולי הקטן נראה אז דער עיקר הצלחה פון א אויסגאבע איז דער קאנטענט בלע"ז. די חילוקים פין באצאלן ארבייטער אין צייט קען האבן א השפעה אויף דער קאנטענט כמובן. אבער שרייבען דער נאמען אדער אנדערע מאכט נישט אויס לענ"ד. עס איז טאקע נישט ריכטיג אויס צו נארען ליינער, אבער אויב איז דער באצאלטער שטיקל גוט געשריבן, מה לי צו עס שטייט באצאלט אדער נישט?
Re: דער סוד פון א מוצלח'דיגער אויסגאבע
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 9:15 pm
דורך נעגעל וואסער
וואס זענען די אנדערע דריי סיבות?
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 4:56 pm
דורך אישתישבי
העניך האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:מה לי צו עס שטייט באצאלט אדער נישט?
א שרייבער דארף צוגיין צו אן ארטיקל צו דער כוונה צו שרייבן אויפריכטיג, מיט די לייענער פאר די אויגן. אויב גייט ער צו צום ארטיקל מיט'ן האבן פאר די אויגן דעם וואס באצאלט, איז עס פשוט נישט דער זעלבער ארטיקל. ס'איז פראפאגאנדע. אפשר ביסטו אקעי מיט'ן לייענען פראפאגאנדע; איך בין נישט.
איך פערזעהנליך ביים בכלל נישט אקעי מיט ליינען פראפעגאנדע, און דערפאר ליין איך זיי טאקע נישט. דאך זענען דא אסאך מוצלחדיגער אויפגאבעס, ווייל איך בין נישט דער איינציגסטער. און לדעתי איז פארקערט, אונז חרדים, די וואס זענען גענוג קטנות'דיג צו ליינען היימישע אויפגאבעס, האבן דווקא יא ליב פראפעגאנדע פין איין סארט צו און אנדערע, און דער יסוד פין האבן א מוצלחדיגער אויפגאבע, איז שרייבן פראפעגאנדע צו א געוויסע באזע.
אפילו דער וועקער איז א פראפעגאנדע אויסגאבע, עס פראפעגאנדירט כלומרשט אפענקייט. און דאס איז דער יסוד פין רוב ארטיקלען דארט. גראדע קיין מען לייענען אינטרעסאנטע זאכן דארט בתוך הפראפעגאנדע, און היות מיר ארט נישט יענער סארט פראפעגאנדע, שטערט מיך דער פראפעגאנדע נישט פין עס לייענען.
איז ממילא זאגן אז א אויפגאבע איז מוצלח ווייל עס טוט אויסמיידן פראפעגאנדע, איז לכאורה נישט אזוי אמת.
קינדליין איז גאר מוצלח, און נאר צוליב דער קאנטענט, בעת קינדערליך איז ווייניגער אינטרעסאנט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 4:23 pm
דורך שקד
איך זוך דעם גראפיקער 'מאשקאוויטש'
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 4:49 pm
דורך יעקב מענטש
אינטערסאנטע סוד דאס.
ס'ווייזט אפשר אויף די ערליכקייט פון די בעלי בתים, אבער עפטער אלל, קאנטענט איט איז!
איך וואלט צוגעלייגט נאך א 'סוד'. קעיטערן א באזע!
דער בלאט האלט אן נאר פאר די איינע סיבה!
די אידישע וועלט איז זייער אפניאנעיטעד, און זייער פארטייאיש. די רגע וואס דו בארירסט דעם אדער יענעמ'ס כבוד, האסט פערזענליך געשטאכן א באדייטענדע טייל פון דיינע לעזער.
די סוד פון הצלחה איז נישט מער פון בויך פאטשעריי, א אינטערסאנטערע ארטיקל וואלט געווען וואס זייערע טעותים דורכאויס זייער היסטאריע זיי האבן אלץ געמאכט.
ווי אויך וואלט אינטערסאנט געווען צו וויסן וועלכע פון זייער וועד הרבנים האבן געעצה'ט ארויפצולייגן קלינטאן אויפן פאדערשטן בלאט.
Re: דער סוד פון א מוצלח'דיגער אויסגאבע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 5:10 pm
דורך אונטער חכם
אישתישבי האט געשריבן:
איך פערזעהנליך ביים בכלל נישט אקעי מיט ליינען פראפעגאנדע, און דערפאר ליין איך זיי טאקע נישט. דאך זענען דא אסאך מוצלחדיגער אויפגאבעס, ווייל איך בין נישט דער איינציגסטער. און לדעתי איז פארקערט, אונז חרדים, די וואס זענען גענוג קטנות'דיג צו ליינען היימישע אויפגאבעס, האבן דווקא יא ליב פראפעגאנדע פין איין סארט צו און אנדערע, און דער יסוד פין האבן א מוצלחדיגער אויפגאבע, איז שרייבן פראפעגאנדע צו א געוויסע באזע.
.
איך ווייס נישט וואס דו דארפסט אזוי פארשעמען חרדים, אין די אלגעמיינע גאס איז פונקט אזוי, אלע טעלעוויזיע סטאנציעס קעיטערן פראפאגאנדע צו א געוויסע באזע, איינער מער און איינער ווייניגער, די צייטונגען זענען טאקע נישט אזוי, אבער זיי זענען טאקע געמאכט פאר די וואס האבן נישט ליב פראפאגאנדע.