בלאט 1 פון 1
די וואונדערליכע מרת מעיזעל
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 5:58 pm
דורך קאווע קריטיק
אלס זעלבסט געקרוינטער ארט און קינא קריטיקער דא אויף קאווע שטיבל וויל איך הויך רעקאמענדירן די אמאזאן שוי
"די מארוואלאס מרת מעיזעל".די געשיכטע דערציילט די לעבנס ערפארונגען פון א אידישער יונגער פרוי אין וועסטסייד מאנהעטטען, אין די 1950'ער יארן.
די סקריפט, די כאראקטערן, די קליידונג, די פראפס, די הומאר, איז שניידענד און אטעמפארכאפנד. קיין וואונדער אז די שוי האט געווינען אייניגע עממי אווארדס.
אויב גלייכן מיר אלע א גוטע פילם אדער שוי איז ווי געשמאקער ווען עס דערגרייכט צו אונז אהיים און בארירט (עכ"פ עטוואס) דעם אידישן כאראקטער און לעבנסשטייגער.
די שוי איז אן אמאזאן אריגינעל און דאס צו קענען זען דארף מען זיין א פריים מעמבער, די אלע וואס האבן דאס שוין געוואטשט, אדרבה ואדרבה, קומט אריין מיט אייערע קאמענטארן.
Re: די וואונדערליכע מרת מעיזעל
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 8:39 pm
דורך יהושע חיים
איז עס אפשר דא צובאקומען אויף טעלעגרם? אויב יא א לינק ביטע
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:07 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז גענוג א אידישע שאו אז די באקאנטע וויץ פון טוישן די נאמען פון משה שטינקאוויטש צו יענקל שטינקאוויטש, ערשיינט דארט.
Re: די וואונדערליכע מרת מעיזעל
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:25 pm
דורך נעגעל וואסער
יהושע חיים האט געשריבן:איז עס אפשר דא צובאקומען אויף טעלעגרם? אויב יא א לינק ביטע
https://telegram.me/joinchat/ACzuljvGFUjzJf4ambpzTAעס איז דארט, מאכט א סירטש.
אגב, איך האב נאר געזעהן די ערשטע פרק, און עס איז נישט געאייגנט פאר שובבי"ם.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:49 pm
דורך הוגה
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז גענוג א אידישע שאו אז די באקאנטע וויץ פון טוישן די נאמען פון משה שטינקאוויטש צו יענקל שטינקאוויטש, ערשיינט דארט.
Which episode? I don't remember it
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:52 pm
דורך גדליה
הוגה האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז גענוג א אידישע שאו אז די באקאנטע וויץ פון טוישן די נאמען פון משה שטינקאוויטש צו יענקל שטינקאוויטש, ערשיינט דארט.
Which episode? I don't remember it
כמיין סאיז אין די קאנטרי עפיסאד
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 7:28 am
דורך אישתישבי
מען זאגט די ערשטע סעזאן איז נישט אזוי אידיש ווי דער צווייטער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:16 pm
דורך [NAMELESS]
גדליה האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז גענוג א אידישע שאו אז די באקאנטע וויץ פון טוישן די נאמען פון משה שטינקאוויטש צו יענקל שטינקאוויטש, ערשיינט דארט.
Which episode? I don't remember it
כמיין סאיז אין די קאנטרי עפיסאד
יא, אין איינע פון די קעטסקילס עפיזאדן.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 11:24 am
דורך מונטסורי
די פיפטע און ענדגילטיגע סעזאן האט זיך אנגעהויבען פארגאנגענעם פרייטאג, מסתמא לכבוד אסרו חג, דריי עפיזאדן זענען גלייך ארויף און יעדע וואך פרייטאג וועט ערשיינען א פרישע עפיזאד ביז די פיינעלי פרייטאג מאי 26.
איך בין מסופק אויב איך זאל מיטהאלטען זייער סקעדזשועל אדער ענדערש זיך איינהאלטען איצט בימי הספירה און בינדזשען ס׳גאנצע מעשה נאכן רבי׳נס באגלייטען.
https://www.amazon.com/Marvelous-Mrs-Ma ... B0B7F6XRGS