בלאט 1 פון 1

א בריוו צו מיין שוועסטער וועגן די היינטיגע מצב

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:49 am
דורך [NAMELESS]
איך האב דאס נישט געשריבען, אבער ס'איז א וויכטיגע בריוו וואס יעדער דארף ליינען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: ייש"כ. אבער דער בריוו שרייבער. אויסער וואס ער האט א פאר ריכטיגע נקודות. איז אן אויבער חכם און אן אלצווייסער. אויך אן איפכא מסתברא. ספעציעל ווען ער רופט אן ר' שלום מרדכי רובאשקין אן איינפאכער קרימינאל וועלכער האט געזאגט ליגנט און באגנב'עט די באנק. און זיך באצויגן זייער געמיין צו זיינע אידישע? ארבעטערס. כאילו ער איז עפעס אזא גרויסער נקי כפיים. אויסער וואס די אלע זאכן וואס ער זאגט אויף איהם איז שקר וכזב. ס'ווייזט זיך ארויס אז ער ווייסט אפילו נישט די אמת'ע עלעמענטארע פאקטן אין די פרשה פון רובאשקין. אויב ער רעדט שוין יא איבער דעם...!

ער קומט מיר פאר ווי די יוצאי חלציו פון עפעס א געוויסן הויך-געוויקסיגן איד וועלכער האט געוואוינט ערגעץ אין א געוויסע מדינה אין סאוטה אמעריקע. ר'איז אפשר געווען א שוחט. אבער איין טאג האט ער מחליט געווען זיך צו רופן ..."רב"...און זיינע יוצאי חלציו הייסן שוין (ביי זיך) געהעריגע בנש"ק'לעך. און זיי שרייבן און דרשנ'ען אין אפענע פארומס. און זיי פיהלן אז זיי זענען געווארן הוגי דיעות ביי כלל ישראל. ווען זיי לאזן הערן זייערע קרומע דיעות...!

Re: א בריוו צו מיין שוועסטער וועגן די היינטיגע מצב

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:25 pm
דורך אונטער חכם
וואס וואלט ער געשריבן צען יאר צוריק? פאר די סמארט פאון מערכה?

Re: א בריוו צו מיין שוועסטער וועגן די היינטיגע מצב

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:26 pm
דורך אונטער חכם
וואס וואלט ער געשריבן צען יאר צוריק? פאר די סמארט פאון מערכה?

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 11:39 pm
דורך גדליה
דעמאלץ פלעגט זיין געים בויס מיט שמאלע געפאסטע קליידער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 1:20 am
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם האט געשריבן:וואס וואלט ער געשריבן צען יאר צוריק? פאר די סמארט פאון מערכה?

גיין ארבעטן אין אפיסעס. און די נשים האבן רויטע טורבאנס...וואס אלע צדיקי הדור האבן מרעיש עולמות געווען אקעגן דעם...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:52 am
דורך וואלווי
דאבל-ברידזש גלעזער...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 7:27 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:חת"ם סופר: ייש"כ. אבער דער בריוו שרייבער. אויסער וואס ער האט א פאר ריכטיגע נקודות. איז אן אויבער חכם און אן אלצווייסער. אויך אן איפכא מסתברא. ספעציעל ווען ער רופט אן ר' שלום מרדכי רובאשקין אן איינפאכער קרימינאל וועלכער האט געזאגט ליגנט און באגנב'עט די באנק. און זיך באצויגן זייער געמיין צו זיינע אידישע? ארבעטערס. כאילו ער איז עפעס אזא גרויסער נקי כפיים. אויסער וואס די אלע זאכן וואס ער זאגט אויף איהם איז שקר וכזב. ס'ווייזט זיך ארויס אז ער ווייסט אפילו נישט די אמת'ע עלעמענטארע פאקטן אין די פרשה פון רובאשקין. אויב ער רעדט שוין יא איבער דעם...!

ער קומט מיר פאר ווי די יוצאי חלציו פון עפעס א געוויסן הויך-געוויקסיגן איד וועלכער האט געוואוינט ערגעץ אין א געוויסע מדינה אין סאוטה אמעריקע. ר'איז אפשר געווען א שוחט. אבער איין טאג האט ער מחליט געווען זיך צו רופן ..."רב"...און זיינע יוצאי חלציו הייסן שוין (ביי זיך) געהעריגע בנש"ק'לעך. און זיי שרייבן און דרשנ'ען אין אפענע פארומס. און זיי פיהלן אז זיי זענען געווארן הוגי דיעות ביי כלל ישראל. ווען זיי לאזן הערן זייערע קרומע דיעות...!


ער האט א נקודה לגבי רובאשקין, יא גנב צו נישט, מיט וואס איז ער א סעלעבריטי ביי אונז? ווייל ער איז געגאנגען אין טורמע? כלומר, דאס אז מען הערט אים אויס און מען לויפט אים זעהן איז נישט קיין טענה, ווייל מען לויפט זעהן אסאך קוהן און אייזלען, אבער ער אליין וואלט געברויכט זיך באהאלטן אין א מייז לעכל און האלטען זיין פיסקעל פארמאכט, ווייל סוף כל סוף איז ער נישט געגאנגען זיצען פאר דער עבירה פין ר' חנינא בן תרדיון.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:57 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: ס'איז איבעריג זיך צו טענה'ן איבער רובאשקין. ווייל די פאקטן זענען באקאנט פאר א יעדן. און צווייטנס. מ'וועט נאך אריינרופן צו די הנהלה אז איך פארדריי דעם נושא. אבער אין קורצן וועל איך דיר יא זאגן וואס ס'איז אזוי ספעשל איבער דעם רובאשקין פאל...!

שלום מרדכי רובאשקין האט אפשר געטון אן עוולה וואס איז ניטאמאל אזוי ערנסט ווי א פארקינג ווייאלעישן. און ער האט באקומען דערפאר א סענטענס פון כמעט 30 יאר. די (פארשאלטענע אנטיסעמיט) דזשאדזש האט איהם געגעבן נאך א לענגערן שטראף ווי דער פראסעקיוטאר האט פארלאנגט...! און אלעס ארום דעם קעיס איז צוגעגאנגען מיט שלעכטקייט און אומיושר. פון די רעגירונג'ס זייט. ממילא האט א יעדער נארמאלער איד געפיהלט אז דאס וואלט געקענט זיין ער...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
קיינער רעדט נישט פון יא אדער נישט עוולה. וואו קומט עס בכלל אריין דא?
ער איז א סעלעבריטי צוליב איין סיבה - צוליב זיין מדריגה אין אמונה וואס ער האט זיך געהאלטן פעלזן פעסט דערין אפילו אין די שווערסטע צייטן, און מיר קענען זיך אלע לערנען דערפון. יא, דו אויך! שעם זיך נישט, זיי זיך מודה...
אונזערע רבי'ס ביי של"ש קענען אויך רעדן פון אמונה, אבער דא רעדט מען פון א בר נסיון. Been there, done that. און דאס איז נישט קיין פארגלייך צו זיצן מיט א ווייסע בעקישע און בלויז רעדן פון אמונה.