בלאט 1 פון 1
נייע אידישע ווערטער אין די היימישע אויסגאבעס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט צו פארצייכענען ווען מ'זעהט נייע ווערטער אין אידישע אויסגאבעס. אמאל ניי געבוירענע און אמאל ווערטער וואס מ'האט מגייר געוועהן.
אין מאמענט די וואך אינטערווויא מיט יאיר וויינשטאק (שיינע ארטיקל אגב), געזעהן נייע ווארט:
פּראליפיש
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 10:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס דארף די ווארט צו מיינען? פראדוקטיוו? פרוכטבאר? עפעס אנדערש?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:31 pm
דורך קלוגסטער פון אייראפע
Prolific
נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:25 am
דורך איסר האטלקי
אין פארצייטישע אידיש האט עס געהייסן 'פרוכטבאר'.
נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:17 pm
דורך שקד
פאנטאזפול
אין מנשה לוסטיג'ס נייע ביכל
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
טיפּירט
יאסי געשטעטנער האט אויפגעמאכט א נייע ווארט די וואך אין מאמענט פאר געטייפט
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:07 am
דורך איסר האטלקי
ארט איז די אפטייטש פון Place, פלאץ ווערט נישט עכט גענוצט ביים שרייבן, נאר אנשטאט דעם שרייבט מען ארט. ארט איז א שם דבר פון א פלאץ, ווי א געגנט, א רעסטוראנט, א בית המדרש...
לאקאציע איז מער די אפטייטש פון די ארט פון א ספעצעפישע זאך. די ישיבה'ס לאקאציע, די געשעפט האט זיך געצויגן צו א נייעם לאקאציע.
Location” is defined as “the specific area where a place is situated.” It is, therefore, particular with spatial positions. It usually has absolute coordinates. 2. “Place” is a broader term that describes any part of space or an area that does not have any reference to something specific
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:16 am
דורך כוכב
האט געשריבן:אין קינדליין איז די וואך דא אן אינטערוויו מיט הרב צאנגער, דער מגיה פון דער אויסגאבע (וועלכער טוט גראדע געווענליך א פיינעם דזשאב). צאנגער רעדט פון זיין עבודת ההגהה און זאגט אז ער האט נישט ליב די נייע "פאראידישטע" ווערטער, און גיט צוויי ביישפילן: "פאפולאציע" און "לאקאציע".
לדעתי, הגם געווענליך איז בעסער צו נוצן ווערטער וועלכע האבן מער א אידישן טעם, ווי "באפעלקערונג" און "אָרט", זענען פאפולאציע און לאקאציע נאך אלץ גוטע אידישע סינאנימען און זענען ווערדפול אין פארשידענע קאנטעקסטן.
אבער עס איז מיר געווען ממש קאמיש צו לייענען שפעטער אינעם ארטיקל אז הרב צאנגער רופט דעם קעפל פון א בילד מיט דעם ווארט "קעפּציע" – אן אייגענע "פאראידישטע" ווארט פון דעם ענגלישן ווארט caption...
האסט געהעקט מיין מח...
כ'האב געהאט די זעלבע הערה ביים ליינען און ווי דו זאגסט, די טענה פון הרב צאנגער איז נישט אינגאנצן ריכטיג, אויב א ווארט איז גענוג וויכטיג, דהיינו אז עס האט נישט קיין ענליכן טערמין אין אידיש, אדער ווען דאס ווארט איז שוין נשתרש און ווערט פיל געניצט דורך אנדערע שרייבערס, איז נישטא קיין שום סיבה זיך צוריקצוהאלטן, ווערסוס קעפציע, וואס איז בכלל נישט קיין באנוצטע ווארט און כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געזען געשריבן ערגעץ אין א פראפעסיאנאלער צייטונג צי כדו' און ס'איז בכלל נישט וויכטיג, ווען אין אידיש איז דא א פיל שענערער ווארט, פשוט: קעפל!
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!
נייע אידישע ווערטער אין די היימישע אויסגאבעס
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 4:22 am
דורך זעקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!
זייער פשוט... ״קנעפלברעט״
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 2:32 pm
דורך טראכטכמוני
האט געשריבן:אין קינדליין איז די וואך דא אן אינטערוויו מיט הרב צאנגער, דער מגיה פון דער אויסגאבע (וועלכער טוט גראדע געווענליך א פיינעם דזשאב). צאנגער רעדט פון זיין עבודת ההגהה און זאגט אז ער האט נישט ליב די נייע "פאראידישטע" ווערטער, און גיט צוויי ביישפילן: "פאפולאציע" און "לאקאציע".
לדעתי, הגם געווענליך איז בעסער צו נוצן ווערטער וועלכע האבן מער א אידישן טעם, ווי "באפעלקערונג" און "אָרט", זענען פאפולאציע און לאקאציע נאך אלץ גוטע אידישע סינאנימען און זענען ווערדפול אין פארשידענע קאנטעקסטן.
אבער עס איז מיר געווען ממש קאמיש צו לייענען שפעטער אינעם ארטיקל אז הרב צאנגער רופט דעם קעפל פון א בילד מיט דעם ווארט "קעפּציע" – אן אייגענע "פאראידישטע" ווארט פון דעם ענגלישן ווארט caption...
ס'איז אינטערסאנט אז - ווי באוואוסט - איז אין עברית'ישע שרייבעריי שטארק נפוץ דעם ענין פון איבערטייטשן פרעמדע ווערטער אין העברעאזירטן פארעם אפילו ווען עס זענען פארהאן ריין-עברית'ישע ווערטער פארדעם.
דא איז מלון ספעציעל אוועקגעשטעלט איבערצוטייטשן די ווערטער:
עיין
https://halufon.hebrew-academy.org.il/
וע"ע
https://hebrew-academy.org.il/%d7%90%d7 ... ter=%D7%90
ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי האבן אפילו אייגנארטיגע ווערטער פאר עכטע נייע אנטוויקלונגען א שטייגער ווי
segway / סגוויי = רכינוע
נייע אידישע ווערטער אין די היימישע אויסגאבעס
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 5:00 pm
דורך מי אני
טראכטכמוני האט געשריבן:ס'איז אינטערסאנט אז - ווי באוואוסט - איז אין עברית'ישע שרייבעריי שטארק נפוץ דעם ענין פון איבערטייטשן פרעמדע ווערטער אין העברעאזירטן פארעם אפילו ווען עס זענען פארהאן ריין-עברית'ישע ווערטער פארדעם.
דא איז מלון ספעציעל אוועקגעשטעלט איבערצוטייטשן די ווערטער:
עיין
https://halufon.hebrew-academy.org.il/וע"ע
https://hebrew-academy.org.il/%d7%90%d7 ... ter=%D7%90ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט אז זיי האבן אפילו אייגנארטיגע ווערטער פאר עכטע נייע אנטוויקלונגען א שטייגער ווי
segway / סגוויי = רכינוע
IMG_6486.jpg
פון
די בוך (פ״ח).
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
זעקעל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!
זייער פשוט... ״קנעפלברעט״
הגהות הב"ח: ...שליסלברעט...כצ"ל...!
Re: נייע אידישע ווערטער אין די היימישע אויסגאבעס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 2:27 am
דורך טראכטכמוני
berlbalaguleh האט געשריבן:זעקעל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:וויבאלד מ'שמועסט דא איבער באנוצן זיך מיט ריין יודישע ווערטער, איז מיר בייגעפאללן א שאלה. וויאזוי מ'זאגט אויף ריין אידיש..."קיעבאורד"...!
זייער פשוט... ״קנעפלברעט״
הגהות הב"ח: ...שליסלברעט...כצ"ל...!
השתא דאתינן להכי מתרגמינן key-board“וויכטיגע הנהלה״...
נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2020 7:46 am
דורך [NAMELESS]
פּרעלימינערע
טעגליכע דער איד