בלאט 1 פון 1

א קאפעל

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2019 10:56 pm
דורך או אינו
א גאנץ געשעפט?! וואס טוט דאס קאפעל אויב נישט צי באלאנגען צ'י די גרופע וואס גייט דערמיט. וויפיל פארצענט האט די מחשבה אין כוונה אז דאס איז השתעבדות לפני מלך מלכי ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:18 am
דורך הקטן
איז זיי דו פין די פארצענט וואס האט יא די מחשבה אין כוונה אז דאס איז השתעבדות לפני מלך מלכי
און אז נישט אייביג, איז חאטש ווען די דערמאנסט דיך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:24 am
דורך דולה ומשקה
או אינו האט געשריבן:א גאנץ געשעפט?! וואס טוט דאס קאפעל אויב נישט צי באלאנגען צ'י די גרופע וואס גייט דערמיט. וויפיל פארצענט האט די מחשבה אין כוונה אז דאס איז השתעבדות לפני מלך מלכי ?


זעט אויס דו ביסט פון די וואס זענען נכשל געווארען אדער ווייסט נישט דער הארבקייט פון גיין אין א פיר סלייס קאפל, אדערש ווי אנגענומען ביי רוב פוסקים דער סיקס סלייס קאפל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:27 pm
דורך שקד
וויפיל הפסק מעג זיין פונעם קאפ ביז'ן קאפעל?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:41 pm
דורך יואליש
דולה ומשקה האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:א גאנץ געשעפט?! וואס טוט דאס קאפעל אויב נישט צי באלאנגען צ'י די גרופע וואס גייט דערמיט. וויפיל פארצענט האט די מחשבה אין כוונה אז דאס איז השתעבדות לפני מלך מלכי ?


זעט אויס דו ביסט פון די וואס זענען נכשל געווארען אדער ווייסט נישט דער הארבקייט פון גיין אין א פיר סלייס קאפל, אדערש ווי אנגענומען ביי רוב פוסקים דער סיקס סלייס קאפל.


צדיקים האבן געזאגט: נישט ווייל ער גייט מיט א פיר-סלייס קאפעל איז ער א שגץ; נאר ווייל ער איז א שגץ גייט ער מיט א פיר-סלייס קאפעל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:53 pm
דורך שקד
ס'דא א אויסשפראך אין העברעיאיש; ההולך עם כיפה בלי סרט, הולך לסרט בלי כיפה..