בלאט 1 פון 1
אידישקייט פאר די אינטערנעט תקופה
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 4:25 pm
דורך גדליה
יעדע איינער האט שוין געהערט די ווערטער צענדליגע און הונדרעטער מאל, און מסתמא גייט מען עס נאך איבערהערען טויזענטער מאל במשך די לעבען. די אינטערנעט מאכט חרוב אידישקייט, די אינטערנעט מאכט פון מאמינים כופרים און פין כופרים ציונים (וואס איז כידוע סאך הארבער ווי כפירה).
אשר על כן האב איך א פשוט׳ע שאלה.
לאמיר א קוק טאן ווי אלט די גאנצע קאמפיוטער איז שוין? בערך פופציג יאר.
לאמיר זעהן ווען זענען רוב כלל ישראל אפגעפארען? רוב היינטיגע פרייע יודן שטאמען פון מענטשען וואס זענען אפגעפארן פון אידישקייט פאר די קריג. היינט ב״ה בלייבען רוב ערליכע אידן ערליך, זיי מיט זייערע קינדער. ס׳איז א מיעוט וואס פארט אפ פון וועג.
קומט אויס אזוי, אין שנת תרע״ט ווען ס׳איז נאך געווען פאר די אינטערנעט און פאר טעלעוויזשען און פאר סיי וועלכע טעכנאלאגישע כלים איז ארויסגעקומען לאור עולם, זענען מיליאנער אידן אפגעפארן פון וועג, אבער היינט אין שנת תשע״ט ווען ס׳איז שוין דא אינטערנעט מיט טעלעווישען מיט וואצעפ מיט פעיסבוק, בלייבען רוב אידן עהרליך.
איז דאך לכאורה א ראיה אז אינטערנעט מאכט נישט מ׳זאל אפפארן פון וועג. אדרבה אפשר איז א ראיה פארקערט, אז אינטערנעט מאכט מ׳זאל זיך האלטען צוזאמען און נישט אפפארן.
Re: אידישקייט פאר די אינטערנעט תקופה
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 4:54 pm
דורך חסיד פון ליטא
די ריכטיגע תירוץ איז אז אידישקייט איז געווארן אזא ספארט זינט די אינטערנעט עפאכע אז מ'ברויך שוין נישט אפפארן
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:58 pm
דורך קאצקע ציקער
מען פארט היינט אפ בפנימיות
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:00 pm
דורך גדליה
קאצקע ציקער האט געשריבן:מען פארט היינט אפ בפנימיות
איז דאך א ראי׳ אז אינטערנעט העלפט לכה״פ די חיצונית זאל בלייבען, יודן זאלן עסען כשר׳ס און היטן שבת. אמאל איז דאס אויך נישט געבליבען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:26 pm
דורך קאצקע ציקער
גדליה האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:מען פארט היינט אפ בפנימיות
איז דאך א ראי׳ אז אינטערנעט העלפט לכה״פ די חיצונית זאל בלייבען, יודן זאלן עסען כשר׳ס און היטן שבת. אמאל איז דאס אויך נישט געבליבען.
וואס האט דאס מיט די אינטערנעט וועגן דעם בלייבט מען יודן וועגן די אינטערנעט? אה א נעכטיגן טאג נישט וועגן דעם , די סיבה איז ווייל מען האט אוועקגענימען פון די קארנער ביי יעדע גאס די גלעקל צו רופן די פייער דיפארטמענט
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער מיר האלט די אינטערנעט ביי אידישקייט, פשוטו כמשמעו. ווען נישט די אינטערנעט ווייס איך נישט אוואו אויפ'ן וועלט איך וואלט מיך יעצט געפינען, אבער זיכער נישט אין ברוקלין. אזוי קען איך מיך ארומדרייען אין די גאנצע וועלט אויפ'ן אינטערנעט, און נאכדעם טו איך מיך אן דאס הוט און רעקל און איך גיי ארויס אין גאס כאילו לא היה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:32 pm
דורך גדליה
קאצקע ציקער האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:מען פארט היינט אפ בפנימיות
איז דאך א ראי׳ אז אינטערנעט העלפט לכה״פ די חיצונית זאל בלייבען, יודן זאלן עסען כשר׳ס און היטן שבת. אמאל איז דאס אויך נישט געבליבען.
וואס האט דאס מיט די אינטערנעט וועגן דעם בלייבט מען יודן וועגן די אינטערנעט? אה א נעכטיגן טאג נישט וועגן דעם , די סיבה איז ווייל מען האט אוועקגענימען פון די קארנער ביי יעדע גאס די גלעקל צו רופן די פייער דיפארטמענט
כרעד דאך לשיטתם פון די וואס האלטן אז אינטערנעט האט א שייכות מיט אפפארן פון וועג.
לויט דעם וואלט דאך היינט געברויכט זיין מאסן אפגעפארענע, כפליים כיוצאי מצרים.
און אז מזעהט פארקערט איז דאס א שווערער קשיא אויף די גאנצע טעארי אז אינטערנעט ברענגט אינטער יודישקייט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 8:47 pm
דורך קאצקע ציקער
גדליה האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:מען פארט היינט אפ בפנימיות
איז דאך א ראי׳ אז אינטערנעט העלפט לכה״פ די חיצונית זאל בלייבען, יודן זאלן עסען כשר׳ס און היטן שבת. אמאל איז דאס אויך נישט געבליבען.
וואס האט דאס מיט די אינטערנעט וועגן דעם בלייבט מען יודן וועגן די אינטערנעט? אה א נעכטיגן טאג נישט וועגן דעם , די סיבה איז ווייל מען האט אוועקגענימען פון די קארנער ביי יעדע גאס די גלעקל צו רופן די פייער דיפארטמענט
כרעד דאך לשיטתם פון די וואס האלטן אז אינטערנעט האט א שייכות מיט אפפארן פון וועג.
לויט דעם וואלט דאך היינט געברויכט זיין מאסן אפגעפארענע, כפליים כיוצאי מצרים.
און אז מזעהט פארקערט איז דאס א שווערער קשיא אויף די גאנצע טעארי אז אינטערנעט ברענגט אינטער יודישקייט.
וואס הייסט דו זעהסט נישט קיין חילוק פון otd די לעצטע צען יאר מער ווי פאר דעם?
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:04 pm
דורך גדליה
וויפיל זענען אפגעפארן אין די לעצטע צעהן יאר? הונדערט אידן? אין שנת תרע"ט, אסאך פאר די אינטערנעט זענען אפגעפארן הונדערט אידן א טאג. האסטו א קלארע באווייז אז אן די אינטערנעט פארן אסאך מער אפ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:26 pm
דורך קאצקע ציקער
מאך דער חילוק פון שנת תש"ה ביז תש"ס וויפיל יודן זענען אפגעפארן ? 20? נאך תש"ס ביי די אינטערנעט עפאכע סך מער...
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 12:30 am
דורך גדליה
פון 20 ביז 100 איז סאך א קלענערע חילוק ווי פון הונדרעט ביז שווערע טויזענטער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 12:47 am
דורך שמעון וואלף
קאצקע ציקער האט געשריבן:מאך דער חילוק פון שנת תש"ה ביז תש"ס וויפיל יודן זענען אפגעפארן ? 20? נאך תש"ס ביי די אינטערנעט עפאכע סך מער...
שוין געווארן אויסגעשמועסט ערגעץ אין שטיבל אז די דור נאכ'ן מלחמה איז געווען עקסעפשענעל און דעריבער זענען געווען ווייניג אפגעפארענע. די סיבה איז אז נאך די מלחמה איז געווארן אזא קלינאפ ביי כלל ישראל און ווער ס'איז נישט געווען באמת ערליך האט געדראפט אידישקייט למחצה לשליש ולרביע. ס'נישט געווען די פרעשור פון משפחה, חברים ווייל אלעס איז סייווי געווען צעפארן. און וויבאלד זיי זענען געווען תמימותדידע ערליכע אידן זענען ביי זייערע קינדער אויך געווען ווייניג אפגעפארענע ווייל זיי זענען אויפגעוואקסן און א שטוב פון ערענסטקייט און יראת שמים. ביים דריטן דור האט שוין אנגעהויבן פאלן שטיקער רעכטס און לינקס אבער נאכאלץ סאך ווייניגער ווי פאר'ן קריג
Re: אידישקייט פאר די אינטערנעט תקופה
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:00 am
דורך אונטער חכם
קודם כל, אין תרע"ט איז געווען נאך די ערשטע וועלט־מלחמה וואס האט היבש צושטערט די קאמיוניטי לעבן, און האט אויך צוזאמען מיט די גרעיט דיפרעשאן אפאר יאר נאכדעם, געברענגט א געפערליכע עקאנאמישע צושטאנד.
אין אנדערע צייטן זענען על פי רוב נאר די יונגע אינגאנצן אפגעפארן, מענטשן מיט א משפּחה זענען כמעט אייביג געבליבן ביי יודישקייט למחצה ולשליש ולרביע, און היינט האט רוב יונגווארג ביז דערווייל נישט צופיל צוטריט צו די אינטערנעט.
רביה"ק קען זאגן אז די אינטערנעט מאכט אים צופרידן, אבער פאקטיש איז עס ווארשיינליך די ווייב און קינדער וואס האלטן אים ביי אידישקייט.