איך האב געליינט אן אינטערוויו אין א צייטונג מיט א ראש ישיבה וואס האט מיר געמאכט טראכטן.
יענער האט געזאגט אז די דורות זענען היינט אנדערש, און מיר דארפן זיך ספראוון מיט די היינטיגע יצר הרע וכו׳ וד"ל. האב איך זיך גענומען טראכטן, האמנם?
ניין, נישט צו ס׳איז אמת אז די דורות זענען אנדערש, דאס איז דאך פשוט. מהיכי תיתי אז זיי זאלען זיין די זעלבע? נאר אז די אמאליגע חינוך האט גענומן אין באטראכט זייער אומשטענדן, און דעריבער מוזען מיר היינט נעמן אין באטראכט אונזער אומשטענדן.
ט׳האבען זיי דען געטראכט לויט׳ן דור? אדער האבען זיי געהאלטען אז די תורה האט זיך איר וועג, און אדער אזוי אדער אינגאנצן נישט.
לעבן מיין בעט, האב איך יעצט א ספר פון מוסד הרב קוק וועגן די לעבענס געשיכטע פון דער מהרי"ץ חיות, און אין זיין הקדמה באשרייבן זיי די דור אין וואס דער מהרי"ץ חיות האט געלעבט. ער טענה׳ט דארט אז יעדער וואס האט דעמאלס געשטיצט השכלה איז עס נאר געווען אן ענטפער צו די פראבלעמן פון די דור, נישט בעצמות הדבר. און אפ"ה זענען רוב געווען קעגן.
עכ"פ דאס וויל איך אויסשמועסן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
צופאסען די חינוך צום דור - די היסטאריא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
צופאסען די חינוך צום דור - די היסטאריא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: צופאסען די חינוך צום דור - די היסטאריא
א. ווי איז געווען ביי גוים אלע דורות? האבען זיך געטוישט לויט די דור? אדער זענן זיי געווען שטייפע לעהרערס, וואס האבען געשמיסן און געטון כרצונם, נישט ארייננעמענדיג די קינד׳ס געפילען אין די בילד?
עס איז גאנץ מעגליך אז מיר טאנצן בלויז נאך דער גוי, און יעצט אז ער האלט מ׳דארף טהעראפיסטן וכדו׳, האבען מיר נאכגעמאכט.
איך האב ספיקות אין דעם, ווייל ערשטנס איז געווען א פעדאגאג אין ווארשא א גוי, וואס האט געשריבן ביכער וואס ליינן זיך זייער פארגעשריטן. ער האט קעיר גענומן פון די בית היתומים אין די ווארשאווער געטא, און מ׳האט אים געהרג׳ט מיט די קינדער. איך געדענק פונקט נישט די נאמען. צווייטענס, עס איז דא א פרוי אין ב.פ. (דוכט זיך) וואס האט געשריבן א בוך מיט׳ן נאמען the scent of snowflowers וואס האט זיך באהלטן ביים קריג אין בודאפעסט. דארט פארציילט זי אגב אורחא וועגן ערציאונג קלאסן וואס איר מאמע האט געהערט אין א שטעטל, נישט די גרויס שטאט. זעט זיך אויס אז מ׳האט עפעס יא געוואוסט.
ב. פארצייטענס איז נישט געווען אזוי שטארק די מושג פון א מאסגעבנד חינוך, יעדער האט פריוואט געדינגן א מלמד. ממילא, איז נישט מעגליך צו זאגען א כלל אין דעם. מיין עלטער זיידע האט געהייסן א משכיל אין זיין שטאט, ווייל אלס מלמד האט ער נישט געגעבן קיין פעטש, זיין קאנטשיק האט געהאנגן אויפ׳ן וואנט א גאנצע צייט. ווער ווייסט וויפיל אויבער חכמים זענען געווען דעמאלס און וואס איז די אמת? איך קלער אז אלע ביכער זענען געשריבען געווארען דורך די עקסטרעמסטע מוסטער פון א שלעגער, וואס שפיגלט נישט אפ די גאנצע אמת.
ג. הרב דסלר טענה׳ט אז אין ליטא האט מען בשיטה נישט געטוישט, ווייל מ׳האט געהאלטן אז די בענעפיטן זענען ווערט, נישט ווייל מ׳האט נישט אנערקענט די צד ההפסד. אין דייטשלאנד האט מען אנדערש געהאלטן. נו, וואס איז שייך צו זגען א כלל אין דעם?
ד. איך האב שוין געליינט פון גוים, אז א כלל איז פארהאנן אז יעדער דור האלט די יונגערע דור איז באנקראט, וכך הווה מאז ומקדם. אלזא, ווער זאגט בכלל אז היינט איז אנדערש?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך מיין אז אין פוילן/ליטא זענען אמאל געווען 2 גרופס. די עלטערן וועלכע האבן געוואלט געבן פאר זייערע קינדער א השכלה'שן חינוך. און די פארצייטישע אידן וועלכע האבן געקעמפט אקעגן די נייע שיטה אין חינוך. דאס האט געהייסן דער ..."חדר מתוקן"... מיט מסירות נפש....! דאס ווערט דערציילט דורך חיים גראדע אין עטליכע פון זיינע פארציילונגען. וואו ער באשרייבט דאס אידישע לעבן אין ווילנא. וואס איז דאמאלס. צווישן ביידע וועלט מלחמות געווען א טייל פון פוילן...!
אויך אין אונגארן. אין די שטאט מישקאלץ. וועלכע איז דאן געווען אן עיר ואם בישראל. זיי האבן געהאט א רב א גרויסן גאון וצדיק. הרב ר' חיים מרדכי יעקב גאטליעב ז"ל. המכונה ר' יעקעלע...!
איז געווען געוויסע בעלי בתים וועלכע האבן געוואלט איינפיהרן א מאדערנעם חדר אין די שטאטישע תלמוד תורה. דער רב איז געווען זייער שטארק אקעגן דעם געדאנק. און ער האט געהאט א מנהג אז אלע געשעענישן פון די וואך וואס זענען פארגעקומען אין די שטאט האט ער אויפגעברענגט אדער ביי זיין שיעור פון חומש רש"י. אדער ווען ער האט פארגעלערנט פרקי אבות. איין געוויסע וואך ווען ס'האטציך שטארק געקאכט מיט דעם נייעם, מאדערנעם חדר. האט ער ביי פרקי אבות געזאגט אזוי...שנו חכמים בלשון המשנה. די חכמים האבן געלערנט מיט א דאפלטן לשון...מזבח א מזבח. קרבן א קרבן. אזוו.... וואלט איך דאך געוואלט מיינען אז דער אייבישטער איז נישט צופרידן פון דעם. נאר ער ווילל אז מ'זאלל איינפיהרן א מאדערנעם חדר וואו מ'טייטשט אלעס איבער אויף יעקיש. אזוי ווי מזבח. אן אלטאר...קרבן. א פייער אפפער...! זאגט די משנה ווייטער..."ברוך שבחר בהם.ובמשנתם. געלויבט איז דער אייבישטער וואס האט אויסגעוועהלט די חכמים און זייער דאפלט לערנען. מיינט צו זאגן. אז מ'זאלל נישט מאכן קיין מאדערנעם חדר...!

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך מיין אז דאס איז ערשט געווען אין רעאקציע צו א תורה'לע בפי המתקנים וואס איז שוין ארומגעגאנגען בעפאר. עס גייט אזוי.
שנו חכמים בלשון המשנה, די חכמים האבן געלערנט מיט די לשון פארגעשלאגן ביי די משנים - טוישערס. העטעך געוואלט מיינען אז כל חדש אסור מן התורה און גאט גלייכט דאס נישט, אדער בכלל אז ער גלייכט איינעם יא און איינעם נישט. שטייט ווייטער ברוך שבחר בהם ובמשנתם, געלויבט איז דער וואס האט ביידע ליב, די אלטע און די נייע, אויך אין זייערע שינוים!

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.