בלאט 1 פון 1

פאמא און סאשעל מידיא

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:19 pm
דורך מודה בטפל
פאמ"א איז דאס ווארט פאר fear of missing out. איך פיל ווי איך פאל א קרבן דורך סאשעל מידיא ווי אינסטעגרעם און וואטס עפפ סטאטוס.

איך ליג אויפן קויטש זאט און רואיג, אבער א אינסטעגרעם סטארי פארט יעצט אריבער ווי הערליכע טעצער עסן ווערט סארווירט ערגעץ ביי א חסידישע אווענט און כ'ווינדער זיך וואו בין איך? בין איך טאקע זאט? פארפאס איך עפעס? נאך פאר ווי וואס ווען פארט אריבער א סטאטוס פון א רייכע אווענט דורך א מוסד פאר נאר נדיבים, נאר די וואס האבן געלט מעגן יעצט עסן א סעודות שלמה כ'מיין זיי קענען דאך דאס נישט זיך ערלויבן סתם אזוי... איך האב דאך פיי סמך. נע איך פארשטיי זיי קומט זיך עס טאקע פארן שטיצן און געבן אסאך געלט. אבער פאמ"א טוט זיך אירע און איך פיל ווי איך פארפאס פון אלע זייטן.

פאר איך ענדיג פארט יעצט אריבער נאך אן אווענט ווער ווייסט וואו און פארוואס? חסידים טאנצן ווידער ערגעץ מיט פליישן און גיטארן, וואו בין איך ווידער? יעדער האט זיך געטראפן זיין אידענטיטעט און איך זיץ מיר אזוי און פארפאס אלעס. זאל איך פארמעקן אלע ס.מ.? וואס איז דאס בעסער פונעם בת היענה

דערצייל מיר ביטע וויאזוי האנדלט איר מיט פאמא

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:35 am
דורך וואלווי
רוב מענטשן ליידען פון דעם בימינו, אין ס'האט נישט דוקא מיט סאשעל מידיע אדער דער נעט. ווייל אין א קלענערע פארנעם עקסיסט עס ביי "אפגעהוטענע" יונגעלייט אדער עלטערע יודען וואס דרייען זיך מיט א פליפ פאון אויך, מען ציעט ארויס די סעל א יעדע דריי מינוט זען צו ס'נישט דא א מיסד פאון קאל, אדער מ'טשעקט אריין קול מבשר א יעדע זעקס מינוט. וואס מיינסטו די אלע פליפ פאון, קאר אריינוואקערס, גרין לייט קלאטצערס, טוען?

אבער איך מוז דיר זאגען, האסט א גוטען אפעטיט...

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:07 am
דורך קאצקע ציקער
איך געב דיר א עצה טובה טוה וואס איך האב געטון נעם שנעל אראפ אינסטעגראם פון דיין פאן ושלום על ישראל