דער מהרי"ק האט געשריגן: "תן לי יבנה וחכמיה!!" (פרשת קאסטנער)
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:10 pm
מיר אלע ווייסן אז ביים צווייטן וועלטס קריג איז געווען א פתח הצלה פאר די אונגארישע אידן, דורך פארשידענע חרדישע עסקנים אין שפיץ פון הגאון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל ראש ישיבת נייטרא, וואס האט פרובירט צו שאפן די אומגעהויערע סכומים אויסלייז געלט וואס וויסעלציני און אייכמאן ימ"ש האבן געפאדערט כדי אפצושטעלן די באנען קיין אוישוויץ.
דאן האבן זיך די ציונים אריינגערוקט און געמאכט שבת פאר זיך, אויסשפילנדיג די חרדישע עסקנים און פרובירנדיג זיך מסדר צו זיין נאר פאר זייערע הויכגעשפיצטע קנאקערס, איבערלאזנדיג דאס יהדות החרדית ערשטוינט איבער זייער חוצפה. נאכמער, זיי האבן פרובירט צו פארזיכערן אז די היימישע ערליכע אידן בלייבן אונטערן דייטשן שלאנג, כדי צו קענען רייטן אויף זייערע בלוט ה"י, און האבן געוויס נישט געזוכט נאך אפאר חרדישע "טראבל-מעיקערס" אין זייער שנעל-אויפקומענדן מדינה.
די ציונים, אין שפיץ פון דר. ישראל קאסטנער, האבן געארבעט אויף אן אייגענעם פלאן וויאזוי ארויסצוראטעווען זייערע פאר טויזנט קנאקערס, און עס איז זיי געלונגען צאמצושטעלן די באקאנטע "קאסטנער טראנספארט" ווי זיי האבן באוויזן צו ראטעווען טויזנטער אידן - אבער אויפן חשבון פון היימישע ערליכע אידן, און פיל מערערע אידן.
עס איז אבער אויך באקאנט, אז סאטמארער רב ז"ל, טאקע דער גרויסער קנאי און לוחם קעגן ציונות, האט זיך ארויסגעראטעוועט פון די דייטשע נעגל טאקע דורך די קאסטנער באן וואס האט אים ענדגילטיג געפירט קיין שווייץ צו זיין באפרייאונג. דאס האט אנגעברענגט א שערוריה און סומאטוכע וואס איז אומצאליגע מאל באהאנדלט געווארן אין די פרעסע און מידיא, איבערן גארער וועלט (קאווע שטיבל אריינגערעכנט).
די מעשה וואס סאטמערע פארקויפן דרייט זיך ערגעץ צווישן א חלום וואס איינע פון די ציוניסטישע עסקנים, דר. פישער (איראניש, דער פעטער פון הגרי"י פישער ראב"ד העדה"ח), האט געהאט פון זיין מאמע/שוויגער, אז כדי די באן זאל אנקומען צום באפרייאונג זאלן זיי פארזיכערן מיטצונעמען סאטמארער רב, אדער די אנדערע געשיכטע אז ס'איז פאקטיש נאר ארויס מן הכח אל הפועל אדאנק די געלטער פון די סאטמארע און היימישע עסקנים פון פעסט.
אלנפאלס, עס זעט אויס ווי אויסער ביים סאטמארער רב האט זייער אגענדע גאנץ גוט געשטימט און געלונגען, אויסצושפילן דעם יהדות החרדית, לאזנדיג זיי און זייערע רבנים אויסבלוטיגן אין אוישוויץ, און די פאר ציונים האבן געמאכט א לעבן.
אבער אין פאקט, אז מ'גיבט א קוק אין די רשימות פון קאסטנער'ס באנען, זעט מען א שיינע ליסטע פון רבנים וואס האבן זיך דארט געפונען.
לאמיך פארצייכענען וואס כ'געדענק כרגע:
עס שטעלט זיך א שווערע פראגע: קאסטנער האט דאך פארקויפט זיין נשמה צום שטן, ווי אויסגע'פסק'נט דורכן הייליגן געריכט פון מדינת ישראל, איז וויאזוי האבן זיי ארויפגעשמירט אזויפיל עכט היימישע רבנים, ועוד עסקנים וחשובים פונעם ארטאדאקסישן אנטי-ציוניסטישן אונגארישן אידנטום? ווער איז דער צדיק וואס האט שטילערהייט אראנדזשירט אז די רבנים זאלן זיך טרעפן אויפן קאסטנער טראנספארט?!
לאחר יגיעה עצומה, בין איך דערגאנגען אז ס'איז געווען א גדול וואס האט געהאט גאר נאנטע קשרים מיט די ציוניסטישער אפאראט, און ער האט באוויזן זיי צו באאיינפלוסן אריינצולייגן די רבנים אינעם רשימה פונעם קאסטנער טראנספארט. דער גדול, בעל מהרי"ק (השני), פלעגט ארומגיין אין שטעט און שרייען - ווי רבי יוחנן בשעתו צו אספיינוס קיסר: "תן לי יבנה וחכמיה"!
ער פלעגט צאמשטעלן רשימות פון רבנים, און דערנאך מסדר געווען אז זיי זאלן זיך ארויפבאקומען אויפן טראנספארט. [איראניש-ביטערליך, האבן אסאך רבנים נישט געוואלט לייגן זייערע נעמען אויפן ליסטע, ציטערנדיג אז די דייטשן וועלן זיך גאר פארלייגן אויף זיי, אדער וועלן גאר אפשיקן דעם טראנספארט קיין אוישוויץ, א חשש וואס איז נישט געווען גרונטלאז, אבער האט פאקטיש צוגעברענגט אז זיי זאלן נישט געראטעוועט ווערן נאר טאקע אנקומען קיין אוישוויץ]
די דאזיגע ידיעה איז באשטעטיגט געווארן דורך אידישע איבערלעבער פונעם קאסטנער טראנספארט, ביניהם רבנים חשובים ווי אויבנדערמאנט. איינע פון זיי, א חרדישע פרוי וואס האט געארבעט אין א יתומים-היים אין פעסט, האט דערציילט אז ער איז אריינגעקומען צו זיי און געזאגט: "גיבט מיר נעמען וואס איר ווילט ארויפשטעלן אויף די ליסטע", זאגנדיג אז ער וויל ראטעווען "יבנה וחכמיה"! די דאזיגע פרוי איז געווען א טאכטער פונעם נאדאדווארער רב, בנו של המנחת אשר מטשענגער, און זי האט טאקע ארויפגעלייגט איר ברודער דעם סעגעדינער רב מיט זיינע קינדער וואס האבן זיך אזוי געראטעוועט.
דער סעגעדינער רב'ס זון, זעלבסט א רב פאר צענדליגע יארן, הרב אלטר יעקב משה יונגרייז שליט"א, וואס וואוינט היינטיגע צייטן אין פלעטבוש, באטראכט טאקע דעם מהרי"ק אלס "מציל נפשות מישראל", אזוי אויך הרבנית דבורה שפירא תחי' פון ב"פ, א טאכטער פון אב"ד סוכא הי"ד בנו של ר' ישעי' מטשעחויב, דערציילט דאס זעלביגע.
דער מהרי"ק - מער באקאנט אלס דר. ישראל קאסטנער - ווערט שטארק פארטיידיגט דורך זיי אלס "רעטער" און נישט "פאררעטער", און ווי הרבנית שפירא דערציילט האט מען שוין אין יענע צייטן נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ס'קומט אזא ביטערע סוף, ווייל יעדער וואס האט געוואלט וויסן האט געוואוסט און ווער נישט האט פשוט נישט געוואלט גלייבן, אזוי ווייט אז ווען איר מאן איז אנטלאפן פון אונגארן פאר די דעפארטאציעס און איז אנגעקומען אין א שטעטל און אויסגעקלאפט אין שול "אידן לויפט אוועק", האט מען אים פשוט איגנארירט. אזוי אויך האבן נישט אלע געוואלט מיטפארן מיטן קאסטנער באן, ווי זי האט זעלבסט דאן געטראפן א רב וואס האט געקויפט צוויי בילעטן אבער האט באשלאסן נישט צו גיין, זייענדיג חושש אז ס'איז א דייטשער שפיצל.
זעט אויס, אז מ'מוז מאכן צוויי דינים:
דין א': דר. ישראל קאסטנער מכר את נשמתו לשטן.
דין ב': מהרי"ק צעק ככרוכיא "תן לי יבנה וחכמיה".
----
אגב, קודאס פארן "צייטונג" פארן וואגן אריינצולייגן עטליכע ווערטער בשבחו פון דר. קאסטנער, אין זייער אינטערוויו מיטן אויבנדערמאנטן הרב יעקב יונגרייז ("אידישע צייט" פ' וישב העעל"ט).

- סאטמארער רב - רבי יואל טייטלבוים.
אודוואריער רב - רבי שלום קרויז.
בודאפעסטער רב - רבי יונתן שטייף.
קפריסין'ער רב, שפעטער ראב"ד תל-אביב, בעל שו"ת דבר יהושע - רבי יהושע מנחם אהרנבערג.
קאשויער רב - רבי אליעזר חיים בלום.
קאלסאלער רב, מגדולי רבני אגו"י - רבי אברהם דויטש.
גאב"ד שכונת משכנות יעקב בב"ב וחבר בד"צ הרב קרליץ - רבי שלמה זלמן אולמאן.
קלויזנבורגער רב - רבי עקיבא גלאזנער.
דעברעצינער רב - רבי שלמה צבי שטראסער.
סעגעדינער רב - רבי אברהם יונגרייז.
צעהלימער רב שליט"א - רבי יוסף משה גרינוואלד.
סטראפקאווער רבי - רבי מנחם מענדל הלברשטאם.
פיר קינדער פון סוכער רב, בנו של רבי ישעי'לע מטשעחויב.
העסקן רבי פנחס פרוידיגער חתן הדעת סופר מפרעשבורג.