בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:53 pm
דורך תורה ומדע
פון הימל האט מען עס צוגעפירט צו א אידישער, 94 יעהריגער, קאנסערוואטיווער ריכטער, נאמאנירט צום באנק דורך פרעזידענט רעיגן. ריכטער גלעזער, זאל געזונט זיין, איז אויפגעוואקסען אין ברוקלין, און געווען אינעם אמעריקאנעם ארמיי אין יוארפ בשעתן האולאקאסט. ווער ווייסט וויפיעל די עקספיריענסעס פון די שנות הזעם האבן אויף עם געווירקט לטובת אידישער קינדער שיחיו. אם השם לא ישמור עיר שוא שקד שומר.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:55 pm
דורך אישתישבי
איז וואס איז געבליבן מיט די זיבן שעה? ברויך מען יא לערנען זיבן שעה אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 10:34 am
דורך מודה בטפל
והקב''ה מצילנו מידם!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 5:22 pm
דורך קוקי
אין סקווער איז געווען דאס היי יעריגע שפיל וועגן דעם, און מ'האט מבטל געווען דעם גזירה..

[יעצט זאלן קומען די שונאי ישראל און סקריבלען אויף דעם..]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 8:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Flatbush girl vs. Yaffed

זעט אויס ווי סתם אן איבערדרייער.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 10:52 am
דורך שבת אחים
תורה ומדע האט געשריבן:פון הימל האט מען עס צוגעפירט צו א אידישער, 94 יעהריגער, קאנסערוואטיווער ריכטער, נאמאנירט צום באנק דורך פרעזידענט רעיגן. ריכטער גלעזער, זאל געזונט זיין, איז אויפגעוואקסען אין ברוקלין, און געווען אינעם אמעריקאנעם ארמיי אין יוארפ בשעתן האולאקאסט. ווער ווייסט וויפיעל די עקספיריענסעס פון די שנות הזעם האבן אויף עם געווירקט לטובת אידישער קינדער שיחיו. אם השם לא ישמור עיר שוא שקד שומר.


הייסט עס מ׳ליידט נאך ביזן היינטיגן טאג פון פרעזידענט רעיגען? כאטש גוט צו וויסן אז איך בין אויף די ריכטיגע זייט אין פאליטיקס. דא קען מען דאך קלאר זעהן ווי די רעכטע זענען גרייט מפקיר צוזיין הונדערטער טויזנטער אמעריקאנע בירגער פון באקומען א נארמאלע עדיוקאציע אין אמעריקע אין נאמען פון קאנסערוועטיזם, פארטיישקייט און רעליגע... יעדער אין אמריקע און אין די גאנצע נארמאלע ציוויליזירטע וועלט פארשטייט אז פאר די גוטס פונעם קינד און פאר אלע ארומיגע איז מען מחוייב צו עדיוקירן די קינדער, עכ״פ די בעסיקס זיכער. און נישט ס׳זאל ארויסוואקסן א אומוויסענדע דור וואס זאל זיך פארלאזן אז די גאווערמענט זאל זיי ״לכתחילה״ אויסהאלטן. יעדע בירגער פון יעדע לאנד וויל אז זייערע בירגער זאלן זיין געלערנטע מענטשען ס׳העלפט פאר די גאנצע ארום און ארום, סאיז גוט פאר די עקאנאמיע, פאר די קוואלטי אף לייף, וכו׳ וכו׳. אויסער עפעס א אלטגעזעצענע קאנסערוועטיווע שופט וואס שטינקט שוין פונעם בית הקברות. וואס דער אלטע חזיר, רעיגען דער שוי-שפילער האט אריינגעזעצט דארט. וואס טראגט די אחריות אויף די ערציונג פון טויזנטער אומערצויגענע קינדער וואס זענען somehow עקזעמפט אין די נאמען
פון רעליגע צוזיין א חלק פון די נארמאלע סאסייעטי ווי יעדעס קינד דארף כאטש קענען די שפת המדינה. און פון צונעמען די רעכט פונעם קינד פון באקומען א געהעריגע עדיוקעישאן.


בין איך דאך יא גערעכט דעמאלטס?!...

כמיין אז איך גיי שיקן א בריוו פארן שופט פרעגן צי ער וויל העלפן מיינע קינדער טרעפן א דזשאב וואו זיי גייען קענען מאכן א נארמאלע לעבן...

איך וועל אים אויך פרעגן צי ער אליינס און זיינע קינדער וואלטן געוואלט באקומען אזא עדיוקעישאן? און טאמער נישט וויל איך וויסן מאי שנא? ווייל אונז גייען אנגעטוהן מיט שווארצע הוטן און רעקלעך אזויווי מאיז געגעאנגען 300 יאהר צוריק אין מזרח אייראפע?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 12:48 pm
דורך טאמבל סאס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Flatbush girl vs. Yaffed

זעט אויס ווי סתם אן איבערדרייער.

דער איז א בולדאוזער, קאהן, פון די משפחה פון חזנים. אן איבערדרייער יא, אבער שוין גארנישט 'סתם אַ'.

דער אינגערמאן אין די בעק, ווי וואויל ער איז האט ער אבער אין בעסטן פאל געסאונד ווי עמיצער וואס זאגט מיט אן ארויסגעשטעקטע צונג, "הע, איך עס די קעיק און נאכאלץ האב איך עס", עפעס וואס יעדער ווייסט איז קיינמאל נישט פשוט.. סאוי איך בין נישט איבערצייגט. נאו!

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 1:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'דא א וועג ווי מ'רעדט אין פאבליק, ער מאכט פשוט נישט א גוטע איינדרוק.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 1:49 pm
דורך שבת אחים
די מיט די לאנגע האר וואס שטייט רעכטס פון אים איז שטיינבערג?