בלאט 1 פון 3
ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:55 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שוין פאר קרוב צו פינף און זיבעציג יאר נאכן צווייטן וועלט קריג איז שגור בפי כל, אז דער רבי איז געקומען קיין אמעריקע בארץ לא זרועה אין טריפה'נעם אמעריקע וואס די צדיקים האבן מעיד געווען אז אפילו די ערד איז טריפה. און צוריק אויפגעבויעט אידישקייט ווי אין דער אלטער היים און ווי אויך צוריק אויפגעבויעט די מלכות סאטמאר, אהן קיין שום שינוי אויפן אור אלטן וועג אהנע פשרות. און נישט סתם אויפגעבויעט נאר געבויעט פון גארנישט, און נאך לאזונגען וואס ווערט געזאגט ביי יעדן כ"א כסליו, כ"ו אב מיט ווען אימער ס'דא א געלעגענהייט ארויסצוברענגן די גרויסע כח און סיעתא דשמיא וואס דער רבי זי"ע האט פארמאגט.
איז די שאלה יעצט צו ס'טאקע אזוי ווי די סאטמארע חסידים לייגן עס אראפ, צו שטימט עס מיט היסטאריע?
כדי אויסצוקלארן מוז מען צוריק גיין צו די יארן פון תיכף נאך די מלחמה און זעהן ווי אזוי האט סאטמאר און אויך אלע אנדערע חסידות און דינאסטיעס אויסגעזעהן, וויפיל מענטשן און משפחות האבן דורך געלעבט די קריג.
והנה, אלץ א סאטמערער אפשטאמיגער, ווייס איך פאר א פאקט און כ'האב פערזענליך געקענט אסאך פון די עלטערע דור וואס זענען געראטעוועט געווארן פון די נאצישע גיהנם און האבן ארויסגעוואנדערט צו די ד' רוחות העולם נאכן אפזיצן פאר א יאר צוויי אין לענדער ווי פראנקרייך וואס דארט איז געווען א גרויסע טרענספער פלאץ ווי אסאך פליטים זענען אנגעקומען און פון דארט געזוכט וואו אהין זיך צו באזעצן, ווייל אין אמעריקע האבן נאר געקענט אריינקומען וואס האבן געוויילט נאכן מלחמה אין די פי קעמפס, און אין ארץ ישראל האבן די בריטישע נישט אריין געלאזט, האט מען געמוזט פארן צו אנדערע לענדער וואס האבן געהאט לייכטערע אימיגראציע געזעצן.
מיט דעם אלעם איז געווען היפש וואס זענען יא געקומען קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין ניו יארק, ספעציעל די חסידישע אידן וואס האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג אדער אפילו לויער איסטסייד. און ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אמעריקע, צו ער איז געקומען שאפן געלט צו למעשה יא זיך צו באזעצן אין אמעריקע, וואס דאס איז א וויכוח פאר זיך, וואס כ'וויל נישט אריינקריכן אין דעם יעצט, האבן שוין למעשה געוואוינט א היפשע הייפעלע פון אמאליגע סאטמערער אידן, וואס זענען געווען דירעקטע חסידים פונעם רבין צו אזעלעכע וואס האבן למעשה געוויאוינט אין די שטאט סאטמאר צו אין אנדערע שטעיט ווי למשל קליינווערדיין, סעליש, סיגוט, אדער אנדערע שטעיט וואו דעם רבין'ס מלוכה האט דערגרייכט. און אפילו אנדערע חסידישע אידן וואס האבן לאו דוקא געהאט א דירעקטע שייכות נאר געקומען צו פארן פאר א ברכה צו פאר אן עצה און במילא האבן זיי רעספעקטירט דעם רבין.
אין אן אנדערע אשכול האט שוין @ר' בערל מעורר געווען אז דער ערשטער שבת ווען דער רבי איז אנגעקומען איז ער איינגעשטאנן ביי איינעם ר' פליישמאן ז"ל און מ'האט געברויכט שלעפן פון דער גאס פאר מנין, איז אזוי, כ'האב נישט חוקר געווען צו די מעשה איז טאקע אזוי געווען, ווייל די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל, ווייל ס'האבן שוין געוואוינט מער ווי איין מנין סאטמארע אידן דא, ס'מן הסתם אן איבערגעטריבענע מעשה ווי אסאך אנדערע מעשיות ווי מ'האט געברויכט אויפבויען דעם כח פונעם צדיק און כאילו ס'געווען עפעס חוץ לדרך הטבע, אזוי ווי די אלע לאזונגען וואס מיט וואס מ'האט געוואשן אינזערע מוחות, אז אמעריקע איז געווען אן ארץ לא זרועה, און פאר דער רבי איז געקומען האט מען נאר געגעסן אין די סוכה די ערשטע נאכט, און כשרות איז געווען א יקר המציאות ווי אויך חלב ישראל איז נישט געווען צו באקומען, און דער יוגענט איז ממש אינטערגעגאנגן ועוד ועוד פי. אר. וואס האט אויסגעפעהלט גרויס צו מאכן דעם רבין זי"ע.
אבער דער אמת איז אז מ'קוקט אן די כ' יארן זעהט מען גאנץ אנאנדערן בילד, לאמיר נעמען די ישיבה גדולה וואו ס'האבן געלערנט די בחורים פונעם עלטער פון פערצן ביז די אכצן-צוואנציג, וויפיל בחורים אין צאל האבן געלערענט אין ישיבה? פון ווי האבן די בחורים געשטאמט? פון חב"ד'סקר וואס האבן פשוט אימיגרירט קיין סאטמער אדער פון אידן וואס זענען פשוט אנטלאפן פון גער, בעלז פאפא, צעהלים, וויזניץ, אדער פון סתם מאדערנע משפחות וואס האבן דאן געוואוינט אין וויליאמסבורג וואס האבן זיך פשוט געוואלט מיסתופף זיין בצלא דמהימינותא און הערן דעם רבינס סוגיא פארלערנן? אדער זענען זיי געקומען פון סאטמאערע חסידים וואס האבן גלייך נאכן קריג אימיגרירט קיין אמעריקע, די נייטרא תלמידים זענען עפ"י רוב געפארן לערנען צו ר' מיכאל בער ז"ל און אלע אנדערע אינגלעך און בחורים האבן זיך מסדר געווען איש איש למשפחותם לבית רבותיו.
און די וואס האבן געלערענט אין סאטמארע ישיבה זענען עפ"י רוב געווען סאטמערע ס'האט געקענט זיין דא און דארט אפאר יוצא מן הכלל'ס. עכ"פ די אלע בחורים וואס זענען די היינטיגע בעבי בומערס זענען אייגענע פירות וואס זענען געבוירן געווארן צו עלטערן וואס זענען אהער געקומען תיכף נאכן קריג צו פארן רבין צו נאכן רבין'ס קומען קיין אמעריקע.
כ'האב געהאט די זכי' צו קענען אסאך פון די מסירות נפש'דיגע אידן וואס זענען געקומען אהער נאכן קריג און זיי האבן זיך בכלל נישט געהאלטן ביים שמד'ן און אפילו נישט געוואלט מ'זאל זיי בטעות רופן וויזניצע, בעלזע גורע, פאפע, צעהלים, במקום סאטמאר, זיי האבן זיך שטארק געהאלטן און אנגעקערט מיט אלעס וואס סאטמאר האט געהאט צו פארקויפן פון קנאות ביזן חסידישן לבוש און אלעס אינדערמיט, און האבן זיך בכלל נישט געשעמט מיט זייער אינדענטיטעיט און ווי געזאגט ביי חסידים, "זיי וואלטן געגאנגן אין פייער פארן זייער רבין און פאר סיי וואס דער רבי האט נאר ג'חלום'ט".
נאכמער, כ'האב פערזענליך געקענט פוילישע און גאליציאנע אידן וואס האבן זיך אויך שטארק אנגעקערט מיטן רבין וואס פארן קריג האבן זיי נישט געהאט ספעציעלע פארבינדונגן מיט סאטמאר נאר וויבאלד זיי האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג און דער רבי איז געווען דער מלך און דער מושל בכיפה אין אונגארן פארן קריג און ער האט געשטאמט פונעם גרעסטן אונגארישן חסידישן דינאסטיע איז ער במילא געווארן דער פירער פונעם חסידישן אידענטום אפגעזעהן צו מ'איז געווען א פולישער אדער גאליציאנער אפשטאמיגער, א חוץ אויב איינער האט זיך אנגעקערט צו א געוויסע חסידות פון פארן קריג.
און אט די אידן האבן מיט די אנווייזונגן פונעם רבין געבויעט סאטמאר, און נישט אז דער רבי האט געבויעט סאטמער פון גארנישט. גענוג מיט די לגיונות, שניידס די קניידלך איינמאל פאר אלעמאל!!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 3:57 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ פאר די שיינע דיסערטאציע. וואס איך נעם אן ברובו. חוץ א פאר קליינע דיפערענצן...!
אויך ווילל איך מדגיש זיין אז די סאטמאר'ע פראפאגאנדע. אנגעפיהרט הויפטזעכליך דורך ר' סענדער (דער) דייטש זכותו יגון עלינו. (מיט אנטשולדיגונג פאר זיינע קרובים וועלכע באקומען א ..."ויחד"... אטאקע א יעדעס מאל איך רעד פון איהם...! דער ר' סענדער דייטש איז געווען זייער שטארק א טאלאנטפולער מענטש. און א גוטער שרייבער. ער איז אבער אויך געווען זייער שטארק טענדענציעז. פי' פרע-דזשודיסס'ט. און איינזייטיג. און ער האט אינגאנצן פארווישט (אלס טייל פון די מוח שווענקונג פראגראם) די ראלע וואס דער צדיק ובעל מסירות נפש דער צעהלימער רב זצ"ל האט געשפיעלט אין גרינדן און אויפהאלטן אידישקייט . און ספעצעיל כשרות. און מקוואות דאהי אין אמעריקע. נאך פאר דער סאטמאר'ע רב איז אהערגעקומען...! אויסער וואס ער האט אקטיוו געארבעט צו באשמוצן און דערנידעריגן אנדערע צדיקים וגאונים וועלכע האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג...!
אבער טראץ די אלע פאקטן איז נאך דאס אידישקייט דאהי אין ניו יארק געווען אויף גאנץ א קליינעם פארנעם (לפי ערך.). אלזא. עפעס קרעדיט דארף מען געבן פאר די סאטמאר'ע קהילה און פאר'ן סאטמאר'ע רעבי'ן זצ"ל...!
אויך. פארוואס די סאטמאר'ע קהילה איז אזוי שנעלל געוואקסן (לפי ערך). פארדעם זענען געווען עטליכע סיבות. ואכמ"ל...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 6:04 am
דורך איסר האטלקי
איך גלייב נישט אז מען האט געדארפט זוכן מנין, אבער פון סאטמאר איז געווען בלויז א 3-4 משפחות. קיין גור'ע און חב''ד'סקע זענען נישט געווען, אבער מערטנס אונגארישע זענען געקומען קיין סאטמאר, פונקט ווי די פוילישע קיין גור.
Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 6:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א חבר מיינער האט מיר אזוי פארציילט.
זיין טאטע איז א קירוב רב, און ער האט געוואוינט אין פארשידענע שטעט אין אמעריקא, ביז זיין טאטע האט זיך באזעצט אין עדיסאן, און ער האט געארבעט אין רוטגערס יוניווערסיטי. אין עדיסאן איז שוין געווען א דעי סקול, אבער זיין טאטע האט געוואלט עפעס מער ווי דעם, און נאך א פאר מענטשן אין שטאט האבען זיך אויך נישט באגענוגיגט מיט די שוואכערע חינוך פון א דעי סקול. האבען זיי מסדר געווען אן אפמאך, אז די פאר עלטערן וועלן אריין פירען זייער קינדער קיין ברוקלין יעדען טאג. מ׳האט אויסגעמאכט וועלכע יעדער דארף גיין און אזוי האט זיך עס אנגעהויבן.
נעקסטע יאר, זענען צוגעקומן נאך אפאר עלטערן, און מ׳האט זיך געמוטשעט אין טרעפיק פאר א פאר יאר אריין צו שלעפן די קינדער צו א חינוך וואס האט געשטימט מיט זייער אידיאלען.
ענדליך איז א גאנצע באס געפארען טעגליך, און די עלטערן האבען עס אויסגעצאלט מכיסם, און די קינדער האבן זיך געמוטשעט מיט א לאנגע רייזע, אלס למען שמו ותורתו ית׳.
ויהי היום, און מ׳האט געזען אז מ׳קען שוין מאכען א חדר אין עדיסאן, און ס׳האט זיך געעפענט דער ׳שערי ציון׳ חדר. ביים חנוכת הבית, האבען די דרשנים אויסגערימט די געוואלדיגע ווייטע בליק און ענערגיע און צדקות פון מר דזשאו שטערן, וואס האט אריין געטאנצט אין א ליידיגע פעלד, און געבויט א חדר במו ידיו, ווי גארנישט האט עגזיסטירט פאר דעם. וואס פארא מסירות נפש בלאה בלאה בלאה.
זאגט מיר מיין חבר, אז יעדער קינד וואס איז געגאנגען במסירות נפש, איז א טריט אויפ׳ן וועג צום נייעם . יעדער טאטע אדער מאמע וואס האט געדרייווט שעה׳ן אין טרעפפיק, האט צוגעגעבן נאך א ציג אין דער בנין. קומט איין עושר צום סוף, און בויעט אויף זייער אלע הארעוואניא און יעצט איז ער דער גאנצע זאך?
וכ"ה לעניינינו. יארען לאנג איז אמעריקא געווען א וויסטע מדבר, וואס נאר געציילטע בעלי מסירות נפש האבען עס דורכגעשווערצט. ווען עס האט זיך פארזאמלט גענוג אזעלכע בעלי מסירות נפש, האט מען שוין געקענט עפענן א חדר, א מקוה, און נאכדעם האבען אנדערע געקענט געניסן דערפון.
הרב שרגא פייביל מנדלוויץ האט טאקע אסאך אויפגעטון, אבער די כלים מיט וואס ער האט זיך באנוצט זענען געמאכט געווארען פון הונדרעטע נאמענלאזע בעלי מסירות נפש.
ר׳ אהרן קוטלר האט צוגעלייגט א שפיצל צום לאנגען קייט פון שטילע טעטיגקייטן למען התורה אין אמעריקא.
סאטמאר רב איז נישט אנגעקומן צו א מדבר שממה. יא, עס איז נישט געווען אויפגעוואקסען, אבער געאקערט איז עס שוין געווען, און מסתמא איינגעפלאנצן. טאקע צעהלימער רב האט שוין עפעס אריינגעלייגט, און אויך נאר נאך די אלע שטילע פעולות פון אלע וואס האבן שפעטער געשיקט קיין צעהלים, ועוד ועוד.
יעדער פארטיי וויל נעמן קרעדיט פאר די זאך, נישט פארשטייענדיג אז די פעולות זענען נאר רינגלעך אין א לאנגע קייט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 8:57 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.
איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.
דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:30 am
דורך איסר האטלקי
וואס מיינט אן גארנישט? געבן א שמייכל פאר צובראכענע מלחמה איבערלעבער נאכן אליין מיטלעבן דעם קריג איז גארנישט? סאטמאר רב האט גראדע אויך געהאלפן הונדערטער אידן מיט לחם לאכול, נישט נאר מיטן שמייכל.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:33 am
דורך Buddy
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.
איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.
דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט
מיר האבן דאס געהערט פון היפשע פאר פארציילן, ס'איז ווערט צו אבזערווירן פון וואו איז געקומען דאס צום קלויזנבורגע רב אז ער האט אזוי פארטריבן דעם עולם, ס'קען זיין ער האט נישט געקענט דערהייבן דאס אז נאך אזא קריג גייט די עולם צוריק צום אלטן כאילו לא היה, דאס נעמט ארויס א יעדע בר דעת פון די גלייזן, די אייבישטער שיקט אזוינס, און די אייבערשטערס נענסטע מענטשן ראו ולא לקחו מוסר.
אויך האט די קלוינברגע רב גענומען א מער כלל ישראל וועג נאך די מלחמה, ווען איינער האט אים געפרעגט פון ווי נעמט ער זיין גאנצע בויען אין ארץ ישראל וכו', האט ער אויפגעמאכט זיין שופלאד און געוויזן די ספר פון הגה"ק נורא
רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זי"ע בעל לב העברידי ספר
חברה מחזירי עטרת ליושנה אדער
שמרו משפט אדער די אנדערע ספר...
ווער עס האט עס אמאל דורכגעליינט וועט פארשטיין אסאך
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
אז מ'רעדט שוין פון הרה"ק ר' עקיבה יוסף שלעזינגער. רביה"ק מסאטמאר איז אמאל געפארן אויף קברי צדיקים אין גליל ראיאן, אינעם קאר איז אויך געווען ר' עקיבה יוסף השני - אן אייניקל פונעם ערשטן ר' עקיבה יוסף. אינמיטן וועג האט מען געדארפט ארויספארן פון די גבולות עולי בבל, האט ר' עקיבה יוסף געבעטן אז מ'זאל פארן דורך אן אנדערן וועג וואו מ'וועט נישט דארפן עובר זיין אויפ'ן איסור ארויסצופארן פון א"י. האט זיך סאטמאר רב אנגערופן "גיבטס איהם נאך דער פרומער ציוני...".
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:43 am
דורך וואלווי
Buddy האט געשריבן:אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.
איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.
דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט
מיר האבן דאס געהערט פון היפשע פאר פארציילן, ס'איז ווערט צו אבזערווירן פון וואו איז געקומען דאס צום קלויזנבורגע רב אז ער האט אזוי פארטריבן דעם עולם, ס'קען זיין ער האט נישט געקענט דערהייבן דאס אז נאך אזא קריג גייט די עולם צוריק צום אלטן כאילו לא היה, דאס נעמט ארויס א יעדע בר דעת פון די גלייזן, די אייבישטער שיקט אזוינס, און די אייבערשטערס נענסטע מענטשן ראו ולא לקחו מוסר.
אויך האט די קלוינברגע רב גענומען א מער כלל ישראל וועג נאך די מלחמה, ווען איינער האט אים געפרעגט פון ווי נעמט ער זיין גאנצע בויען אין ארץ ישראל וכו', האט ער אויפגעמאכט זיין שופלאד און געוויזן די ספר פון הגה"ק נורא
רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זי"ע בעל לב העברידי ספר
חברה מחזירי עטרת ליושנה אדער
שמרו משפט אדער די אנדערע ספר...
ווער עס האט עס אמאל דורכגעליינט וועט פארשטיין אסאך
מאכסט צו א גרויסע פילאסאפישע קוגל. ס'איז גאנץ פשוט פון אויסהערן וואס זיינע תלמידים פון די שארית הפליטה תקופה און שפעטער האבן געהאט צו זאגען איבער דעם, אז בעסיקלי האט ער געהאט א שארפע און שטעכעדיגע עטיטוד און פערזענליכע נאטור. אפגעזען פון זיין גדלות אין תורה, עבודה, וגמ"ח, האט ער פשוט נישט געהאט קיין גוטע באנעמונג מיט מענטשען קיינמאל. לייג אין א זייט חיבת הארץ מיט השקפה און חינוך, ער איז פשוט נישט געווען א פיפעלס פערסאן, ולעומת זה, סאטמארער רב איז געווען א בא'טעמ'טער מענטש זיך צו דרייען אין זיין סביבה, מיט א סענס אוו הומאר און א ווייך הארטץ.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:50 am
דורך רביה''ק זי''ע
און לאמיר נישט פארגעסן אז קלויזענבורגער רב איז געווען א שארפע גאלעציאנער מיט אלע מפרשים, ער האט זיך זאגאר געזען אלץ דעם ממשיך דרכו פון גארליצער רב.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:51 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז קלויזענבורגער רב איז געווען א שארפע גאלעציאנער מיט אלע מפרשים, ער האט זיך זאגאר געזען אלץ דעם ממשיך דרכו פון גארליצער רב.
און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:55 am
דורך Buddy
אבער אחרי ככלות הכל האט ער אויפגעבויט א אימפעריע אין ארץ ישראל וואס זיינע אנטלויפערס קענען זיך באגראבן...
זיי וועלן אלץ בלייבן מיט פוטער אויפן קאפ, זיך פארענטפערן בוידעם קאסטנער... געבליבן און אנגעזעצט א פרישן גלות אויף כלל ישראל נאכן קריג, נישט האבנדיג קיין חלק אין די צוריקבליה פון כלל ישראל אויף איר הייליג לאנד נאך צוויי טויזענט יאר, זיי וועלן בלייבן לדראון עולם צו זיין א ביין און אמעסער אין די מהלך פון די גאולה אנשטאט זיין א חלק דערפון!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 9:59 am
דורך רביה''ק זי''ע
און וואו קומט דאס אריין דא? בקיצור, האסט געטראפן נאך א פלאץ אנצופירקלען מיט דיינע פונדאמענטאליסטישע השקפות.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:06 am
דורך וואלווי
Buddy האט געשריבן:אבער אחרי ככלות הכל האט ער אויפגעבויט א אימפעריע אין ארץ ישראל וואס זיינע אנטלויפערס קענען זיך באגראבן...
זיי וועלן אלץ בלייבן מיט פוטער אויפן קאפ, זיך פארענטפערן בוידעם קאסטנער... געבליבן און אנגעזעצט א פרישן גלות אויף כלל ישראל נאכן קריג, נישט האבנדיג קיין חלק אין די צוריקבליה פון כלל ישראל אויף איר הייליג לאנד נאך צוויי טויזענט יאר, זיי וועלן בלייבן לדראון עולם צו זיין א ביין און אמעסער אין די מהלך פון די גאולה אנשטאט זיין א חלק דערפון!
גאולה **my a
איך בין א שטארקע חובב הארץ, אבער מאך דיך נישט נער'יש זיינע אנטלויפערס האבן זיך נאך "קיינמאל" נישט באגראבן פאר קיינעם. Never. פאר א יעדע פארציע פון רוחניות וואס קלויזענבורגער רב האט פארקויפט, האט סאטמער דעליווערט דאבעל דאסעס פון קאנפידענס און פראספעריטי. און סוף טאג דאס איז דער עיקר, סאטמארער רב האט סאקסידעד מיט די רוח און עטיטוד.
דאכצעך מיר אז אבאמע זיבעציג יאר שפעטער האט אפי' גע'גנב'עט די hope and change פון סאטמארער רב און געריטען דערמיט צו וויקטארי....
Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קושיא מעיקרא ליתא.
יא, דער קלויזענבורגער רבי האט זיי מקרב געווען נאכ׳ן קריג. איז וואס? פאר דעם איז ער עבד נרצע? זיין גאנץ לעבן און דורי דורות זענען יעצט פארקויפט צום פארטיי ארום דער מענטש הרב י"י האלבערשטאם? אין יענער שטאפל אין לעבן האט ער גענויטיגט אזא באציאונג, אוו דערנאך א צווייטע. פונקט ווי א קינד וואס גייט פון מלמד צו מלמד לויט זיין געברויכן.
גראדע, דער זוכן מנין מיינט אמת׳דיג גארנישט. עס איז נישט געווען אזא אויסוואל פון ליידיגייערס צו דאווענען שחרית אזוי שפעט. יעדער איז געלאפען צום ארבעט. דאס מיינט נישט אז עס איז נישט געווען קיין סאטמארער חסידים אין יענער צייטן, נאר יושבים זענען נישט געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואלווי האט געשריבן:און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....
לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:26 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....
לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.
נישט אזוי זיכער אז ס'פארבליבן דארט בכלל גאליציאנער. קיינער איז נישט אין קלויזענבורג אלטס קלויזענבורגער חסיד פון דערהיים, העק, ס'האט בכלל נישט עקסעסטירט אזא זאך אינדערהיים. עקטועלי, ס'איז א שארית הפליטה פון די שארית הפליטה...
די איינסיגסטע עכט גאליציאנע קהילה מיט רוב גאליציאנע משפחות אויף א סעריעס פארנעם איז נאר באבוב וועמען די תלמידים האבן ליעב געהאט זייער רבי אהבת נפש.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:54 am
דורך דולה ומשקה
אבטולמוס האט געשריבן:דער סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע ראש השנה תש"ז. אויף יענעם שמחת תורה האט מען אפגעדונגען דעם סטאלינער ביהמ"ד אויך ראדני סטריט (היינט נייטרא), און דער ביהמ"ד איז געווען געפּאַקט עד אפס מקום. אזש עס איז אפילו געווען א סענזאציע ביי דעם ברייטן אמעריקאנעם אידנטום, און איז געווען באשריבן אין איינער פון די דעמאלטדיגע טעגליכע אידישע צייטונגען – דוכט זיך אינעם "טאג".
אמת, אבער דאס איז געווען נאר שנת תש"ז, דאן האט ער זיך צושריגען איבער דעם קליפת הציונות, אין די קומענדיגע צוויי יאר האט ער געהאט בלויז 30 צו פערציג אידן דאווענען מיט אים, וואס רוב זענען דירעקט נישט געווען קיין סאטמארער, נאר געוואלט דאווענען מיט א ערליכער חסידישער רבי.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:56 am
דורך דולה ומשקה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....
לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.
רבי יהושע ווייצנבלום ז"ל?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:01 am
דורך וואלווי
דולה ומשקה האט געשריבן: געהאט בלויז 30 צו פערציג אידן דאווענען מיט אים, וואס רוב זענען דירעקט נישט געווען קיין סאטמארער, נאר געוואלט דאווענען מיט א ערליכער חסידישער רבי.
רוב זענען "דירעקט נישט" געווען קיין סאטמארע?!
סארי די דמיונ'סט. ער האט תיכומ"י געהאט היימישע סאטמארע געשטימטע יודען מיט עם, אפשר נישט הונדערטע, אבער צענדליגע זיכער יא אנגעהויבן פון די ערשטע יאר.
איך ווייס נישט פון די האסט דיין אינפו. אבער דאס איז קלאר דאקיומענטעד, קענסט ארויס וואקען אויף ליע עוועניו און פרעגען א יעדען צווייטע זקן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:04 am
דורך וואלווי
דולה ומשקה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:און דער עולם וואס איז אנטלאפען זענען געווען אונגארישע....
לאו דוקא. ס'געווען גענוג גאליציאנע אום-פארביסענע ערליכע אידן צו וועם צו גיין, פאר א סיבה האט באבובער רב דער מערסטער מצליח געווען... אבער ס'שטארק מסתבר אז די נאר די עכט פארביסענע גאליציאנע זענען געבליבן, מ'קען עס נאכגיין.
רבי יהושע ווייצנבלום ז"ל?
מען קען דיר נישט אפרעגען, מילא איז עס עדות שאי אתה יכול להזימה. אבער די ברענגט א "סינגל" נאמען צו פראווען א ציבור.
קענסט ברענגען 10-15 נעמען?...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
[left]The Satmar group grew rapidly, attracting many new followers. A 1961 survey established that its Williamsburg community included 4,500 people. From the 860 household heads, about 40 percent were neither Satmar nor Sighet Hasidim in the pre-war years - Wikipedia.[/left]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 11:10 am
דורך תורה ומדע
דער צעהלמער רב איז שוין דא געווען מיט צעהן יאהר פריער און אויפגעשטעלט די יסודותדיגע קהלישע צרכים. ער האט ניט געוואלט שיקען זיינע מתפללים קיין תורה ודעת אפילו ער האט שטארק געהאלטען פון הגרש״פ מאנדלאוויטש, א תלמיד פון זיין פאטער, דער חוסטער רב בעל ערוגת הבשם, ממילא האט ער געגרונדעט דער צעהלימער ת״ת. ער האט אוועקגעשטעלט כשרות, חלב ישראל, וויין, מקווה, וכו׳. דאס האט ער צוגעשטעלט נאך בשעתן סטמער רב איז נאך גזעסן אין אונגארן תחת גפנו ותאנתו און ניט געחלומט פון אמעריקא.