בלאט 1 פון 1
חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 4:41 pm
דורך קומזיץ
שבת נאכמיטאג זיצענדיג ביים סעודה ווען די געשמאקע גערוך פון די חמין שפירט זיך און די לופט און די אפעקט פון די ביטערע טראפן הייבט אן ארייצוגיין אין קראפט,
האט זיך ערווארבען א שמועס צווישן די מיטגלידער , עס האט נישט לאנג גענומען און פון א שמועס איז עס געווארן א וויכוח ,
איך וועל עס פארלייגען דא פאר די חברי השטיבעל און לאמיר הערן וואס איז אייער מיינונג אויף דעם,
עס מאכט זיך אמאל א טאטע האט אנדערע מיינונגען ווי א רבי אדער מנהל פון זיין קינד סיי בעניני השקפה אדער בכלל ווי אזוי זיי פירען זיך אויף צום קינד , איז עס א פראבלעם צו רעדן ווען די קינדער זענען דארטן אדער נישט
די צד אז יא איז ווייל א קינד דארף נישט מיינען אז די מלמד/מנהל איז א פערפעקט מענטש ואין להרהר אחריו א קינד מעג וויסען אז א יעדער קען מאכן גרייזען און איך מעג האבן א אנדערע מיינונגען פון עם
די צד אז נישט איז א קינד פארשטייט נאך נישט די חילוק אז אמאל האלט איך יא פון עם און אמאל נישט און אויב ער איז נישט אייביג גערעכט וועט די קינד ניצען די תירוץ ווען ער וויל נישט פאלגען און ער וועט פארלירן די קאנטראל אויפן קינד
וואס טראכט איר איז מער ריכטיג?
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 4:55 pm
דורך אישתישבי
פאר מען איז דן, וואס האלט איר פארקערט, ווען א מלמד האלט אז א טאטע איז נישט גערעכט מעג ער זאגען פאר די קינדער ענקער טאטע איז נישט גערעכט ווען ער זאגט אבג....
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 5:01 pm
דורך קומזיץ
אישתישבי האט געשריבן:פאר מען איז דן, וואס האלט איר פארקערט, ווען א מלמד האלט אז א טאטע איז נישט גערעכט מעג ער זאגען פאר די קינדער ענקער טאטע איז נישט גערעכט ווען ער זאגט אבג....
א מלמד ארבייט פארן טאטע און איך גלייב נישט אז א טאטע וויל אז די מלמד זאל רעדן א קעגן עם ביפאר זיינע קינדער
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
Re: חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 8:53 pm
דורך יהודי פשוט
קומזיץ האט געשריבן:א מלמד ארבייט פארן טאטע און איך גלייב נישט אז א טאטע וויל אז די מלמד זאל רעדן א קעגן עם ביפאר זיינע קינדער
פארוואס טאקע ווילסטו נישט אז דיין זוהנ'ס מלמד זאל רעדן קעגן דיר, פארנט פון דיין זוהן?
דיין זוהן דארף דעם מיינען אז די טאטע/מאמע איז א פערפעקט מענטש ואין להרהר אחריו???
א קינד מעג וויסען אז א יעדער קען מאכן גרייזען און דער מלמד מעג האבן א אנדערע מיינונגען פון דעם טאטן.... (כל זה אמרתי רק בדרך אפשר)
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 11:16 pm
דורך אישתישבי
אויב מען וויל זיין פאליטיקלי קארעקט, קען מען זאגען אז דער מלמד איז טאקע גערעכט אבער ער איז אזוי גרויס אז ער איז נישט לפי השגתינו, און מען פארשטייט נישט פארוואס ער האלט אזוי, און עס איז זיכער אז ווען משיח וועט קומען וועט דער הלכה זיין ווי דער מלמד, אבער לעת עתה, איז א נידריגע וועלט, און מען מוז טוהן אזוי ווי איך טאטע האלט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 12:30 am
דורך קומזיץ
יהודי פשוט האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:א מלמד ארבייט פארן טאטע און איך גלייב נישט אז א טאטע וויל אז די מלמד זאל רעדן א קעגן עם ביפאר זיינע קינדער
פארוואס טאקע ווילסטו נישט אז דיין זוהנ'ס מלמד זאל רעדן קעגן דיר, פארנט פון דיין זוהן?
דיין זוהן דארף דעם מיינען אז די טאטע/מאמע איז א פערפעקט מענטש ואין להרהר אחריו???
א קינד מעג וויסען אז א יעדער קען מאכן גרייזען און דער מלמד מעג האבן א אנדערע מיינונגען פון דעם טאטן.... (כל זה אמרתי רק בדרך אפשר)
א טאטע איז דער וואס נעמט אחריות אויף זיין קינד און האט די מערסטע זכותים אויפן קינד איז ווען א טאטע שיקט זיין קינד צו לערנען ביי א מלמד וויל ער אז ער זאל בלייבן מיט די השקפה וואס די טאטע האלט איז ריכטיג און אוודאי נישט רעדן אקעגן עם , יעצט אז די מלמד ארבעט פארן טאטען האט ער א אחריות זיך צוצישטעלן צום טאט'ן
אבער א מלמד איז א דרויסעגדיגע זאך מען קומט צו עם ווייל מען וויל זיך עפעס אויסלערנען און מען מיז נישט האלטען יעדע זאך אזוי ווי עם
די שאלה נאר אויב עס וועט צומישען די קינד ווען די טאטע און מלמד זענען נישט גלייך אויף געוויסע נושאים
Re: חילוקי דעות צווישען עלטערן און מחנכים
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 1:05 am
דורך חסיד פון ליטא
א מין רויע פראגע דאס.
געוויס וועט זיך דאס ווענדן אינעם קינד'ס פארשטאנד, אינעם קשר דער טאטע האט מיטן קינד, אינעם מלמד.
סתם שיסן אבסטראקט שאלות אבי צו עפענען אן אשכול האט נישט קיין זין.
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 8:31 am
דורך קומזיץ
חסיד פון ליטא האט געשריבן:א מין רויע פראגע דאס.
געוויס וועט זיך דאס ווענדן אינעם קינד'ס פארשטאנד, אינעם קשר דער טאטע האט מיטן קינד, אינעם מלמד.
סתם שיסן אבסטראקט שאלות אבי צו עפענען אן אשכול האט נישט קיין זין.
דאס אקוראט איז די טעמע דא, עס איז אנגענומען אז מען צומישט נישט קיין קינד און טאקע ביי אזא פאל וואס די טאטע האט א גיטע קשר און ער שפירט אז דאס קינד וועט פארשטיין
, זאגן אסאך מחנכים אז אפילו אין אזא פאל ווערן קינדער צומישט און מען זאל עס נישט טוהן ,
די שאלה איז אויב עס איז דא אן אמת אין דעם אדער עס איז גיט פארן קינד צו הערן אנדערע מיינונגען
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 10:26 am
דורך אישתישבי
עס איז דא אן אשכול וועגען "קאנפיוזען" קינדער קארטעל וואס די מלמדים מחנכים ניצען.