בלאט 1 פון 2

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 4:24 pm
דורך יעקב מענטש
זייער אינטערסאנט. אבער איך בין מסופק ווי אקוראט אזא טעסט קען זיין, ווען מ'האנדלט פון מענטשען וואס שטודירן שוין יארן דעם מחבר'ס כתבים און ס'לאזט זיך זאגן אז זיי האבן אפי' אדאפטירט זיין סגנון, לכל הפחות אויסגעצייכענטע קאנדידאטן צו פעלשן דעם מחבר'ס ספרים (איך נעם אוודאי נישט קיין שטעלונג צו ס'איז יא אדער נישט געפעלשט, איך רעד נאר פון די עפקטיוונעס פון דעם טעסט).

אז דו וועסט מאכן דעם טעסט אויף די ירושלמי אויף קדשים וועט עס לכאורה זיין מער ראיה

Re: אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 4:40 pm
דורך חסיד פון ליטא
ניתי כתבי יד וניחזי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 5:09 pm
דורך יעקב מענטש
העניך האט געשריבן:שווער צו גלייבן אז א מענטש קען אזוי גוט נאכמאכן יענעמ'ס סגנון אויף אזוי ווייט אז א קאמפיוטער זאל עס נישט קענען דעטעקטן. געדענק אז ווען זיי האבן געזאלט פעלשן די תשובות האבן זיי דאך נישט געוואוסט אז ס'וועט אמאל זיין אזא סארט קאמפיוטער טעסט, אז זיי זאלן זיך וויסן צו היטן דערפון.

די וואס ווילן דוגל זיין בטענת געפעלשט, קענען נאך אלץ זאגן אז די אייניקלעך האבן טאקע נישט געפעלשט גאנצע תשובות, אבער האבן יא געטוישט א ווארט דא אדער דארט וואס טוישט די כוונה, אבער קען נישט ווערן אויפגעכאפט דורך אזא קאמפיוטער אנאליז. כו"ע מודי אז די שפעטערדיגע תשובות זענען דורך אן עריכה.

די צווייטע איז עפעס וואס איז "זייער" מעגליך (עגעין איך נעם נישט קיין צד, און מ'דארף זעהן וואס די רבנים וואס האלטן אז ס'איז געפעלשט זאגן, מעגליך אז זיי ווייסן זאכן ב'ידיעה').

אבער אפי' די ערשטע, דארף מען נישט דייקא קענען דעם אלגאריטם פונעם קאמפיוטער צו קענען מאכן דעם קונסט, איינער וואס ליגט אין עפעס כל ימי חייו 'אדאפטירט' דעם לשון, ער פעלשט נישט, ער שרייבט א תשובה 'פונקט' ווי ר' משה, אדרבה, זאל מען פראבירן צו פארגלייכן די פערזענליכע כתבים פון די ארויסגעבער מיט די קוועשענעבל תשובות עמיר האבן א 'השגה' איבער די אקוראסי פונעם קאמפיוטער.

Re: אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 6:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט געליינט די ארטיקל (זייט זיי האבן געטוישט זייער נאמען די וואך, לאזט מיין פילטער עס נישט אדורך. גיי פארשטיי), אבער ווען איך האב עס געלערנט, האט מיר אויסגעקוקט אז חלק ח׳ איז וואס מ"ד טנדלר האט אראפ געשריבן הערענדיג די תשובות מפי קדשו, און חלק ט׳ איז קראנט. פון די סגנון הלשון. חלק ח׳ ענדעלט בכלל נישט די אנדערע חלקים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 7:55 pm
דורך איסר האטלקי
ווי קראנט איז דער קאמפיוטער? וואס האט עס שוין באוויזן צו אויפכאפן?

לייג אריין נטעי גבריאל אויף תגלחת ילדים און א נשמת שבת אויף הל' רחיצה און קוק אויב ער כאפט עפעס אויף. אויב יא טויג עס נישט...

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 8:08 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב נישט געליינט די ארטיקל (זייט זיי האבן געטוישט זייער נאמען די וואך, לאזט מיין פילטער עס נישט אדורך. גיי פארשטיי), אבער ווען איך האב עס געלערנט, האט מיר אויסגעקוקט אז חלק ח׳ איז וואס מ"ד טנדלר האט אראפ געשריבן הערענדיג די תשובות מפי קדשו, און חלק ט׳ איז קראנט. פון די סגנון הלשון. חלק ח׳ ענדעלט בכלל נישט די אנדערע חלקים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לויט ווי איך האב אלץ געהערט זענען די טענות אויף ז' און ח', (ט' האט זייער ווייניג ממשות'דיגע תשובות בכלל, ס'איז מער מכתבי תורה).

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 8:59 pm
דורך לעיקוואד
זייער אינטרעסאנט.

אויך לולא דברי הקאמפיוטער, אין די ערשטע זעקס חלקים זענען דאך אויך דא גאר מחודש'דיגע תשובות, מילא דארפן מיר נישט דער קאמפיוטער צו זאגן אז עס שטימט אז אויך אין די אכטע און ניינטע זאלן זיין גרויסע חידושים..

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
מענין לענין: אין דעם ספר אגרות מהרי"ט פון דעם סאטמאר'ן רעבי'ן זצוק"ל. וואו ס'זענען דא אלע בריוון וואס דער סאטמאר'ע רבי זצ"ל האט געשריבן צו מענטשן. אנגעהויבן נאך פון די יארן תרצ"ד און ווייטער. אריינגערעכנט די ל' יארן. וואס ס'איז שוין געווען נאכדעם וואס ער האט ל"ע געליטן זיין שווערן סטראוק. קענמען זעהן (דער וואס איז מדייק) א חילוק פון די אריגינאלע מכתבים ביז די נאכגעמאכטע. (דורך געניטע פעלשערס)...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:41 am
דורך איך ווייס נישט אלעס
berlbalaguleh האט געשריבן:מענין לענין: אין דעם ספר אגרות מהרי"ט פון דעם סאטמאר'ן רעבי'ן זצוק"ל. וואו ס'זענען דא אלע בריוון וואס דער סאטמאר'ע רבי זצ"ל האט געשריבן צו מענטשן. אנגעהויבן נאך פון די יארן תרצ"ד און ווייטער. אריינגערעכנט די ל' יארן. וואס ס'איז שוין געווען נאכדעם וואס ער האט ל"ע געליטן זיין שווערן סטראוק. קענמען זעהן (דער וואס איז מדייק) א חילוק פון די אריגינאלע מכתבים ביז די נאכגעמאכטע. (דורך געניטע פעלשערס)...!
מען האט קיינמאל נישט געפעלטשט שקרן. סתם רעדן? פארוואס?.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:01 pm
דורך כרם זית
@berlbalaguleh @איך ווייס נישט אלעס ממילא אפשר קענסטו מרחיב זיין אויף דיין באשולדיגונג אז טייל בריוו'ן אין איגרת מהרי''ט זענען פאלטש?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:06 pm
דורך איך ווייס נישט אלעס
כרם זית האט געשריבן:@berlbalaguleh @איך ווייס נישט אלעס ממילא אפשר קענסטו מרחיב זיין אויף דיין באשולדיגונג אז טייל בריוו'ן אין איגרת מהרי''ט זענען פאלטש?
כרם קוק גוט אויבן איך טענה פארקערט, פרעג טאקע דעים berlbalaguleh און פרעג נישט מיך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:16 pm
דורך כרם זית
איך האב געניצט דיין נאמען אלס מליצה פאר ר' בערל אז 'איך ווייס נישט אלעס' ממילא זאל ער מרחיב זיין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:03 pm
דורך berlbalaguleh
כרם זית האט געשריבן:איך האב געניצט דיין נאמען אלס מליצה פאר ר' בערל אז 'איך ווייס נישט אלעס' ממילא זאל ער מרחיב זיין.
כרם זית: אויב דו באמערקסט. איך בין נישט מגיב אויף וואס דער ניק וואס רופטציך "העניך" שרייבט. איך שטיי אוועק כמטחוי קשת. נאר יעצט איינמאל 'על איך דיר ענטפערן מפני כבודך.

די אלע בריוון וועלכע זענען דאטירט אין די תש"ל יארן זענען נישט אויטענטיש. זיי זענען נישט געשריבן געווארן דורכ'ן סאטמאר'ע רב. ווייל ער איז דאמאלס נישט געווען אין א מצב וואס ער זאל זיך קענען קאנצענטרירן צו שרייבן בריוו. ער איז געווען נאך א (זייער) שווערן סטראוק. אויך האט ער געליטן פון אלצהיימער'ס.

איינער אין סאטמאר'ע הויף מיט א גוטע פענע און פליסיגן שיגרא דלישנא האט נאכקאפירט פון זיינע פריער'דיגע בריוון.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:23 pm
דורך אינטערסאנטער
berlbalaguleh האט געשריבן: .... ער איז געווען נאך א (זייער) שווערן סטראוק. אויך האט ער געליטן פון אלצהיימער'ס.
אז די שיסט שוין סטעיטמענס אן קיין דעקונג, דעמאלס שיס נאך.

סאטמאר רב האט קיינמאל קיינמאל נישט געליטן אויף אלצהיימערס, ער האט אלעס גוט געדענקט אפילו נאך די סטראוק, ער האט קיינמאל נישט געמישט פון שבת צו דערוואכן אדער פארקערט, ער האט דערקענט טויזנטער מענטשן, ער האט געפירט די חסידות ביד רמה, נאר זיין גוף איז ליידער געווען זייער אפגעשוואכט. אבער אלצהיימערס האט ער קיינמאל נישט געהאט, און טויזנטער אידן זענען נאך אלס לעבעדיגע עדות אויף דעם.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:26 pm
דורך berlbalaguleh
אינטערסאנטער: "דו" שיסט סטעיטמענטס אן קיין דעקונג. ווייל איך האב אליין געזעהן זיין (גאנצן) מצב. איינמאל ווען איך בין געווען אין בעל הארבאר. די פרטים (ווער, ווען און פארוואס) זענען נישט וויכטיג. האביך געזעהן ווען ער איז אויפגעשטאנען פון זיין נאכמיטאג שלאף. ווי מ'האט איהם געשלעפט. ער האט קוים געקענט מאכן א פאר קליינע טריט. און נישט בכוחות עצמו.

והשנית. ס'איז געווען א מעשה (געליינט אין דער איד) אז א איד וואס די רבי איז כמעט א יעדן טאג געגאנגען צו איהם נאך געלט אינדערהיים אין סאטמאר. ער האט געגעבן גרויסע סכומים פאר'ן רעבי'ן. דער איד איז געקומען קיין אמעריקע אנהייב פון די מלחמה. ער האט זיך באזעצט אי דענווער, קאלאראדא. איינמאל איז ער געקומען צום רעבי'ן. ר'האט געוואלט דאווענען מיט זיין מנין. די רעבעצין האט איהם דערקענט. האט זי איהם זייער שטארק מכבד געווען. זי האט איהם געמאכט א קאווע. זי האט געמאכט פון איהם א גאנצן יום זה מכובד...כלשונו.

נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנגען צום רבי'ן און געגעבן א קוויטל מיט א פדיון. די רבי קוקט איהם אן און ער זאגט...איך קען דיך נישט. אזוי, איינמאל, צווי מאל און דריי מאל. די רבי זאגט נאכאלץ. איך קען דיך נישט. זאגט ער. די רבי געדענקט (ער האט געזאגט זיין נאמען) איך האב געגעבן גרויסע סכומים פאר הכנסת כלה. די רבי זאגט נאכאלץ...איך קען דיך נישט. האט ער אויפגעגעבן. און ער איז אוועק מיט טרערן אין די אויגן...פיהרט אויס דער בעל הצייטונג...נסתרים דרכי הצדיקים...! נו, זאג דו אליינס. וואס איז פשט פון דעים? נאר אז דער זיכרון האט נישט געדינט...!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:33 pm
דורך עמק הבכא
berlbalaguleh האט געשריבן:אינטערסאנטער: "דו" שיסט סטעיטמענטס אן קיין דעקונג. ווייל איך האב אליין געזעהן זיין (גאנצן) מצב. איינמאל ווען איך בין געווען אין בעל הארבאר. די פרטים (ווער, ווען און פארוואס) זענען נישט וויכטיג. האביך געזעהן ווען ער איז אויפגעשטאנען פון זיין נאכמיטאג שלאף. ווי מ'האט איהם געשלעפט. ער האט קוים געקענט מאכן א פאר קליינע טריט. און נישט בכוחות עצמו.
דאס אלעס שטימט זייער גוט מיט א סטראוק פאציענט, פון וואו נעמט איר די אלצהיימערס?

איך פרעג ווייל איך בין נייגעריג. ס’איז א חידוש נפלא.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 05, 2023 10:32 pm
דורך סקעפטיקער
אוודאי איז ער נישט געווען אין full capacity נאכן סטראוק, און אויך אסאך פארגעסן (אראפנעמען די רינגעלעך…), אבער ער איז נאך לכאורה געווען גענוג ביים קלארן דעת צו קענען שרייבן בריוון

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 05, 2023 11:14 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: לאמיר נישט פארדרייען דעם אשכול. דער שמועס דא איז נישט איבער דעם סאטמאר'ע רב.

ווער
ס'וויל דיסקוטירן וואס ער האט יא, אדער נישט געקענט טון איז מכובד אויפצומאכן אן אשכול איבער דעים...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:23 am
דורך איך ווייס נישט אלעס
berlbalaguleh האט געשריבן:אינטערסאנטער: "דו" שיסט סטעיטמענטס אן קיין דעקונג. ווייל איך האב אליין געזעהן זיין (גאנצן) מצב. איינמאל ווען איך בין געווען אין בעל הארבאר. די פרטים (ווער, ווען און פארוואס) זענען נישט וויכטיג. האביך געזעהן ווען ער איז אויפגעשטאנען פון זיין נאכמיטאג שלאף. ווי מ'האט איהם געשלעפט. ער האט קוים געקענט מאכן א פאר קליינע טריט. און נישט בכוחות עצמו.

והשנית. ס'איז געווען א מעשה (געליינט אין דער איד) אז א איד וואס די רבי איז כמעט א יעדן טאג געגאנגען צו איהם נאך געלט אינדערהיים אין סאטמאר. ער האט געגעבן גרויסע סכומים פאר'ן רעבי'ן. דער איד איז געקומען קיין אמעריקע אנהייב פון די מלחמה. ער האט זיך באזעצט אי דענווער, קאלאראדא. איינמאל איז ער געקומען צום רעבי'ן. ר'האט געוואלט דאווענען מיט זיין מנין. די רעבעצין האט איהם דערקענט. האט זי איהם זייער שטארק מכבד געווען. זי האט איהם געמאכט א קאווע. זי האט געמאכט פון איהם א גאנצן יום זה מכובד...כלשונו.

נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנגען צום רבי'ן און געגעבן א קוויטל מיט א פדיון. די רבי קוקט איהם אן און ער זאגט...איך קען דיך נישט. אזוי, איינמאל, צווי מאל און דריי מאל. די רבי זאגט נאכאלץ. איך קען דיך נישט. זאגט ער. די רבי געדענקט (ער האט געזאגט זיין נאמען) איך האב געגעבן גרויסע סכומים פאר הכנסת כלה. די רבי זאגט נאכאלץ...איך קען דיך נישט. האט ער אויפגעגעבן. און ער איז אוועק מיט טרערן אין די אויגן...פיהרט אויס דער בעל הצייטונג...נסתרים דרכי הצדיקים...! נו, זאג דו אליינס. וואס איז פשט פון דעים? נאר אז דער זיכרון האט נישט געדינט...!
אויב די מעשה איז אמת איז עס יא א העכערע מעשה, ווייל ס'דא צענדליגע מעשיות אין די נישט געזונטע יארן וואס איינער איז אריינגעקומען און ער האט נאר איינמאל דעם רבי'ן אפילו א קליינעם טובה געטוהן אפילו 50 יאר פריער האט דער רבי אויפגעשפרינגען און אויפגעלעבט און מכבד געוועהן ביז גאר און נישט אויפגעהערט צו וואוינטשען.

אז מרעדט שוין דעמאלס ביטע ברענגען מקור.

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
עמק הבכא האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אינטערסאנטער: "דו" שיסט סטעיטמענטס אן קיין דעקונג. ווייל איך האב אליין געזעהן זיין (גאנצן) מצב. איינמאל ווען איך בין געווען אין בעל הארבאר. די פרטים (ווער, ווען און פארוואס) זענען נישט וויכטיג. האביך געזעהן ווען ער איז אויפגעשטאנען פון זיין נאכמיטאג שלאף. ווי מ'האט איהם געשלעפט. ער האט קוים געקענט מאכן א פאר קליינע טריט. און נישט בכוחות עצמו.
דאס אלעס שטימט זייער גוט מיט א סטראוק פאציענט, פון וואו נעמט איר די אלצהיימערס?

איך פרעג ווייל איך בין נייגעריג. ס’איז א חידוש נפלא.
ווייל איינער וואס איז בלויז א סטראוק פאציענט איז פיזיש באגרעניצט. ער קען מאכן א פאר קליינע טריט בכוחות וברצון עצמו. נאר די רבי האט (ליידער) נישט געקענט מאכן אפילו איין טריט בכחות וברצון עצמו. מ'האט איהם ממש געשלעפט. דאס אלעס האביך קלאר געזעהן. זייענדיג דארט אין בעל הארבאר פאר א ווייל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:36 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh האט געשריבן:

ער האט ג'האט פארקינסאנס ל"ע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:01 pm

שלעפן א גאר שוואכע אלטער איד און ער קען נישט געהעריג אליינס גיין מיינט נישט אז ער איז נישט ביי זיך אין מח אויך אחוץ פון דעים קוקט מער אויס אז איר ווילט מזלזל זיין אין רבינ'ס כבוד ווי ארויסברענגען א אמתע פוינט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:14 pm
דורך berlbalaguleh
איהר ווייסט טאקע נישט אלעס. ווייל איהר גייט אריבער צו פערזענליכע אטאקעס. הלואי זאלט איהר אזוי שטארק אפהיטן דעם כבוד פון סאטמאר'ע רב ווי איך...!

נ.ב.: איך וויל מער נישט קאמענטירן איבער דעם סאבדזשעקט. ווייל ס'פארדרייט דעם שמועס פון וואס דער פותח האשכול האט געוואלט.