בלאט 1 פון 1

נ"ך היסטאריע - פילם'ס

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2019 7:11 pm
דורך נעגעל וואסער
פון צייט צו צייט זעה איך אויפן געוועב שיינע פילם'ס פון מעשיות וואס מיר ווייסן - אדער דארפן וויסן - פון די תנ"ך. גאר אסאך חומר איז דא צום געפינען אויף יו-טוב, ומשם תדרשנו לטובה.
אצינד האב איך אריינגעזעצט אין א גאר דראמאטישן פילם מיט די מעשה פון חזקיהו המלך מיט'ן מלחמה מיט סנחריב. דיזע פילם איז באמת גאר גוט אראפגעלייגט, און עס נעמט אונז אריין אינעם אלטן היסטאירע מיט לעבעדיגע פארבן.
עס איז כדאי צו אדורך לערנען אביסל נ"ך קודם צו עפרישיעטן די מעשה, זעה מלכים ב' י"ח און י"ט ווי אויך ישעיהו פרק ל"ו און ל"ז.

די פילם הייסט KING HEZEKIAH, TRUST IN ALMIGHTY GOD JEHOVAH
עס איז דא אויף יו-טוב דא, אבער איז אויך דא בחנם אויף א הויכע רעזולוציע ביי די אפציעלן וועבזייט פון די ארויסגעבער אויף דעם לינק.
(להערה, JEHOVA איז ווי אזוי זיי זאגן ארויס די שם המפורש במילואו)