בלאט 1 פון 2
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 7:29 pm
דורך לבי ובשרי
העניך האט געשריבן: אלזא, כ'בין נישט אזוי אנציקט פון ציטירן די געטראפענע משפחות. כ'סימפאטיזיר מיט זיי גאר שטארק, און כ'קוק זיי בכלל נישט אראפ פאר'ן פאלן קרבנות צו דעם חולה נפש, אבער כ'נעם נישט אן זייערע ווערטער אז דער שווינדלער האט ממש געברענגט אינפארמאציע וואס איז "אוממעגליך" צו טרעפן דורך נארמאלע פארשערישע וועגן.
די רעדע פון "אוממעגליכע אינפארמאציע" איז, ווי שישא זאגט אויף קאלמע אז עס זענען פארהאן געוויסע דעטאלן אין די משפחה וואס זענען בלויז באקאנט אין די משפחה בלויז דורך "פה לאוזן", און די אינפארמאציע איז אוממגעליך צו טרעפן אויפן געוועב.
אז דער גונב-דעת-שווינדלער זאל דאס אלעס אויך וויסן און דערגיין איז שוין א שטיקל חידוש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 7:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א סוד וואס דריי מענטשן ווייסן, איז נאר א סוד אויב צוויי פון זיי זענען טויט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 10:46 pm
דורך איסר האטלקי
שישא זאגט אויך אויף קולמע אז ער האט געלאזט דעם שווינדלער לויפן און פאליציי האט שוין אפגעווארט ביים טיר. מיר האט עס נישט געשמעקט, ס'מאכט נישט קיין סענס אז די פאליציי האט געווארט ביים טיר אזוי לאנג.... אבער אויב דער רודף צדקה וחסד זאגט אזוי, מוז מען גלייבן.
אויף די ווידעאו וואס איז שפעטער ארויסגעקומען זעט מען טאקע קליפ און קלאר ווי מ'האלט אים אראפ בשתי ידיים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2019 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין נישט צו שטארק אינפארמירט איבער די פאקטן ארום דעם (אויפגעדעקטן) שווינדלער. אבער געוויינליך ווען איינער לאזט זיך אריין אין א מחקר איבער געוויסע פרטים און פאקטן. מער אדער ווייניגער באוואוסטע איבער א געוויסע משפחה, האט ער א מטרה. א ציעל. א צוועק. אדער ווייל א פראמינענטער מעמבער פון די יעניגע משפחה איז א גרויסער עושר און אן אנגעזעענער מענטש. און ער פלאנט זיך צו דערנעענטערן צו דעם עושר און ארויסשלעפן פון איהם א גרויסן סכום פון געלט אלס..."קרוב"...! אדער אמאל צוליעב ייחוס פון שידוכים. ער ווילל זיך משדך זיין מיט יענע (בארימטע) משפחה...!
די אלטע, אריגינאלע ירושלימ'ער אידישע ליכט, וועמענ'ס מעשיות זענען מתוק מדבש. האט אמאל געברענגט א מעשה וואס האטציך אפגעשפיעלט אין א שטעטל נעבן די שטאט ביאליסטאק...
המשך יבוא, אי"ה...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:10 am
דורך berlbalaguleh
איין טאג באווייזט זיך אין שטעטל אן ..."אמעריקאנער"...ער פארט ארום מיט א טייערן אויטא. ער גייט רייך געקליידעט. און ער שמעקט אריין אין אלע געשעפטן. ער כאפט א שמועס מיט דעם און מיט יענעם. ער קומט אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב. ער רעדט מיט אלעמען. ער ווערט א גוטער פריינט מיט א יעדן. אבער ספעציעל צו איין מענטש איז ער געווארן גאר נאנט. פייוול אויסטערליץ. דער פייוול איז נישט קיין קליינער ארימאן. ער האט א שטוב מיט קינדער. און קוים מאכט ער פרנסה. דער "אמעריקאנער" שמועסט מיט איהם א סאך. פלוצלינג זאגט ער פאר פייוול..."דו ווייסט אז אונז זעמיר קרובים. גאר נאענטע קרובים. דו האסט געהאט א זיידן ר' אברהם פישמאן. יא. דאס איז דאך אויכעט געווען מיין זיידע פון מיין מאמע'ס זייט. זיין זוהן איז געפארן קיין אמעריקע.. און יעצט ביניך געקומען דא אהער זעהן דאס שטעטל וואו מיין זיידע האט געוואוינט. ער איז געווארן אזוי היימיש מיט פייוול אז ער האט איהם גערופן צו זיך אהיים. דער "אמעריקאנער" קאזין קומט אריין צו פייוול און ער זעהט ווי דאס ארימקייט שפארט ארויס פון א יעדן ווינקל. רופט ער זיך אן..."ס'פאסט מיר נישט אז מיין קרוב זאלל אזוי וואוינען. מ'וועט מוזן זעהן עפעס א לייטישע דירה פאר דיר און דיין משפחה. נאר דערווייל האסטו א פאר דאללער. דער "רייכער אמעריקאנער קאזין" נעמט ארויס 3 הונדערטערס און געט עס אהין פאר פייוויל. ער זיצט אזוי און שמועסט. אינמיטן שמועסן קומט אריין פייוול'ס צעהן יעריג יונגל, יצחק'ל און בעט ביים טאטן אז ער זאלל איהם קויפן א נייעם אנצוג אויף פסח. אזוי ווי ער האט צוגעזאגט...! ווען דער ..."אמעריקאנער קאזין"... האט דאס געהערט רופט ער זיך אן..."וואס.? מארגן קומסטו מיט מיר צום שניידער. און מ'גייט באשטעללן א נייעם אנצוג. אומר ועושה. דעם קומענדיגן טאג ווען יצחק איז געקומען פון חדר האט איהם שוין דער אמעריקאנער קאזין אפגעווארט. און ער איז צוגעפארן מיט איהם צו א שניידער. און דער שניידער האט אויפגענייט א שיינעם אנצוג פאר יצחק'ל...!
פלוצלינג...איז דער ..."אמעריקאנער"...פארשוואונדן... דער רב האט אויסגעפונען דורך מענטשן אז דער אמעריקאנער איז גאר א...מיסיאנער...פון די שטאט ביאליסטאק...און ער איז געקומען איבעררעדן מענשטן אז זיי זאללן זיך שמד'ן (ח"ו). ווען ער האט געזעהן אז מ'איז געקומען אויף זיינע שפורן האט ער אפגעצויגן פון שטעטל...!
ר' פייוול אויסטערליץ האט אריינגערופן זיין יונגל יצחק און ר'האט איהם געזאגט. דו ווייסט אז דיין נייער אנצוג איז פון געלט פון עבודה זרה. דו ווילסט מוותר זיין אויף דעם...?! דער יונגל יצחק'ל האט געזאגט פאר זיין טאטע...זיכער. איך דארף נישט דעם נייעם אנצוג...! ווען דער רב האט געהערט פון די מעשה האט ער זיך אנגערופן. א טייערער קרבן פסח...!
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 8:31 am
דורך אישתישבי
אנדערש ווי העניך ברענגט אז מען האט יעצט אויסגעפינען אז ער איז א שווינדלער, איז ביי די זינגערס שוין לאנג א פאקט אז ער האט זיי אויסגענערט. נאר יעצט האט ער עס נאך אמאהל געוואלט טוהן צו משפחת שישא, און פראנקפורטער, געדענקענדיג אז ער האט דעמאלטס אויסגענערט דער משפחה, האט גערופן בעטען א בילד.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 8:34 am
דורך אישתישבי
העניך,
כ'פארשטיי דער טענה אז אמת איז וויכטיג, אבער עס איז נישטא א געזעץ אז מען מוז זאגען אמת. אפילו לויט די חוקי התורה איז דא וואס טענה'ן אז שקר איז נאר אסור אויב מען וויל צוקומען צוצא תכלית פין א עבירה. צו גנב'נן וכדומה.
ממילא איז די רעדע אויף צוויי שאלות.
א. מיט וואס קען מען אים קלאגען?
ב. וואס איז זיין מאדנע מאטיוו געוועהן דא?
געלט האט ער נישט געוואלט נעמען אפילו ווען מען האט אים געוואלט געבען. א מאדנע תאווה.
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 2:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאר וואס דען, האסט געמיינט אז ער האט רוח הקודש צו וואס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 2:32 pm
דורך יין שרף
אין די קול הציבור היינט
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 2:37 pm
דורך ונבנתה העיר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר וואס דען, האסט געמיינט אז ער האט רוח הקודש צו וואס?
יום זה מכובד האט געשריבן:קיינער האט עס ביז יעצט נישט דערמאנט, אבער איך וויל אנמערקן א נקודה אויף דעם וואס אלע וואונדערען זיך פון וואו ווייסט דער פארשוין אזוי פיהל אינפארמאציע אויף משפחות?
דאס קען מען נישט בלויז פון אינטרנט!
עס האט מיר דערציילט איינער פון משפחת מגיד אז ביי זיי אין שטוב הענגט אויפן וואנט א בילד פון א בנין אין שטעטל "דראהביטש" וואס דארטן האט געוואוינט זייער באבע, און ווען ער איז אריינגעקומען די ערשטע מאל צום צוזאמען טרעף, האט ער געגעבן א קוק אוין בילד און ער געבט זיך א רוף אן: אה, דאס איז דער בילד וואו דער באבע האט געוואוינט אין דראהביטש! צום שטוינוג פון די משפחה מיטגלידער!
נאכן זעהן ווי יעקב אליעזר שישא צונעמט איהם און ער לאזט נישט נאך, פון וואו נעמט ער די אלע ידיעות, בין הדברים ענטפערט ער פון צומעשעניש, אז ער איז זיך מקשר מיט'ן מת וואס דערציילט איהם אלע פרטים!
דאס מיינט - לכאורה - שֹׁאֵל אוֹב וְיִדְּעֹנִי וְדֹרֵשׁ אֶל הַמֵּתִים (דברים יח, יא), און ווי רש"י הק' טייטשט: ושואל אוב. זה מכשפות ששמו פיתום, ומדבר משחיו ומעלה את המת בבית השחי שלו. וידעוני. מכניס עצם חיה ששמה ידוע לתוך פיו, ומדבר העצם ע"י מכשפות. ודרש אל המתים. כגון המעלה בזכרותו, והנשאל בגלגולת.
רחמנא ליצלן!!!
טאמער איז עס ריכטיג רעדט מען דא פון די ערגסטע כוחות הטומאה!!! און מיט זיינע מעשים מגונים איז ער גורם א מורא'דיגע צער פאר די נשמות קדושות!!!
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 3:27 pm
דורך אישתישבי
יא יא, און די גלייבסט נאך אז ער האט רוח הקאקאש.
פין ווי האבן זיי דער בילד?
האט ער געקענט איינער פין דער משפחה פין פריער?
נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2019 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: איך גלייב נישט אין די אלע שטותים.ס'איז היינט נישט דא ווער ס'קען די אלע פארצייטישע אופנים פון כישוף. דער דאזיגער פארשוין איז א גוטער שווינדלער. ער האטציך גוט צוגעגרייט. ער האט געטון א סאך ריסוירטש איבער די משפחה. נישט נאר פון אינטערנעט. ער האט זיכער גערעדט צו מענטשן וועלכע האבן געקענט די משפחה אין יוראפ. און פון זיי האט ער מסתמא געהערט פרטים...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2019 8:57 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב נישט געליינט מאמענט און אויך נישט געהערט קול מבשר, האט דער 'כלל ישראל קאזין' עפעס א מעסעדזש איבערצוגעבן פאר כלל ישראל??
נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2019 9:34 pm
דורך יין שרף
איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב נישט געליינט מאמענט און אויך נישט געהערט קול מבשר, האט דער 'כלל ישראל קאזין' עפעס א מעסעדזש איבערצוגעבן פאר כלל ישראל??
יא, אז אייער באבע'ס שווועסטער'ס אייניקל האט יא איבערגעלעבט די מלחמה..
נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2019 11:29 pm
דורך איסר האטלקי
איינער דערציילט מיר אז ביי די זינגער משפחה איז פונקט פארגעקומען די מחלוקת צווישן די ברידער בשעת ווען דער 'קאזין' האט זיך אנטפלעקט. ער איז געווארן א טייל פון די מחלוקה, ביידע זייטן האבן פרובירט אים אריינצוכאפן צו זיך, למעשה האט ער זיך נישט געמישט און געקומען צו ביידע אייניג...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2019 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:איך האב נישט געליינט מאמענט און אויך נישט געהערט קול מבשר, האט דער 'כלל ישראל קאזין' עפעס א מעסעדזש איבערצוגעבן פאר כלל ישראל??
יא, אז אייער באבע'ס שווועסטער'ס אייניקל האט יא איבערגעלעבט די מלחמה..
נו, דאס איז דאך א גוטע בשורה. ער זאלל נאר נישט בעטן קיין ..."הלוואות"... אדער ..."אינוועסטמענטס"... אלס פארלוירענער קאזין...!
Re: מיינע נקודות וועגן דעם "משפחה שווינדלער"
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 4:31 am
דורך חסיד פון ליטא
איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי מ'רייסט אראפ אזוי דעם משפחה שווינדלער בשעת וואס ער האט ביי קיינעם קיין געלט נישט גענומען, קיינעם נישט ארויסגשטעלט פון מוסדות, קיינעם נישט איינגעטיילט וויפול אינטשעס די באבע האט מקפיד געווען אונטער'ן קני.
אין דער זעלבער צייט זיצען זיך רבי'ס וואס מאכן זיך ווי ערליכע אידן, שלעפן ארויס געלט פון יעדעם, ווארפן קינדער פון מוסדות, טיילן איין די צניעות סטאנדארט און וואס נישט ואין פוצה פה.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 8:24 am
דורך אישתישבי
העי, דער אמת איז אז דער מעשה איז נישט ווערט דער גרויסע דעקונג עס באקומט. אבער וואס זאלען זיי שרייבן וועגן? וועגען פלוני רבעני לאונסי?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 9:02 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 8:10 pm
דורך בן ישי
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 8:13 pm
דורך בן ישי
איינער זאגט מיר אז הגם ער האט טאקע קיינמאל נישט גענימען קיין געלט האט ער אבער יא באקומען טייערע מתנות.
נאך א זאך וואס ער האט געטוהן צו טייל משפחות איז אז ער האט פארדרייט יארצייט און נעמען, די לעצטע פאר יאר האבן די משפחות געהאלטן די יארצייט אויף די נישט ריכטיגע דאטום און זיי האבן געגעבן נעמען פאר קינדער נאך די זיידע באבע מיט צוגעלייגטע פאלשע נעמען.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך האב יעצט געזעהן דעם קליפ. אט זענען מיינע אבזערוואציעס איבער דעם גאנצן ענין:
ערשטנס. ער איז נישט קיין רוסישער. ער איז אן אונגערישער יודעלע וועלכער קומט פון א היימישע משפחה.
און דער גאנצער דיאלאג איז לכאורה אין איינקלאנג מיט די מנהגים פון די אונגארישע אידעלעך. (אפשר טוען עס פוילישע און גאליציאנער אויך. אבער איך ווייס נישט דערפון. אונזערע היימישע אידעלעך. האבן א מנהג אז ווען זיי רעדן 5 מינוט מיט א צווייטן, פרעמדן מענטש וויללן זיי גלייך וויסן ווער זיין זיידע איז געווען. און פון וועלכן שטעטל זיין עלטער באבע איז געקומען. צי פון הוידו נאנאש אזער שאראש פאטאק. און וואו ער האט געגעסן טעג. און ביי וועלכן גדול בישראל פון אונגארין ער האט געלערנט.נאר אונזער חתן דנן האט אנגעדרייט דעם גאנצן קוגל דא פשוט ווייל ער איז אן איינזאמער מענטש. און ער ווילל ..."באלאנגען"... נאר דער יונגערמאן פון משפחת ברוין/שישא האט איהם גוט געכאפט און אריינגעלייגט אין א קארנער. ווען ר'האט איהם געוויזן אז דער פיקטשער איז גאר פון א צווייטן מענטש. והשנית. אז ער האט געארבעט אויף אנדערע משפחות אויך. און זיך אהערגעשטעלט אלס זייער קרוב...!
ער האטציך אבער גוט ארויסגעדרייט ווען זיי האבן איהם צו געדריקט צום וואנט. ער איז אויפגעקומען מיט די הוילע שטותים און באבקעס איבער א דיבוק. ער זעהט נישט אויס ווי איינער וואס א דיבוק רעדט צו איהם. אדער פון איהם.
די גאנצע זאך איז בבחינת א "שטורעם אין א גלעזל וואסער"... אויך אונזערע איינגערעדטע אונגערישע מנהגים של שטות (וואס די אנגעבליכע מטרה דערפון איז אויך זייער נאריש און פלאטשיג) אז נאכ'ן ערשטן שלום עליכם ווערט מען נייגעריג פון וואו ער שטאמט פון דערהיים. פון מישקאלץ. אדער פון באניא. און ביי וועלכן בעל הבית זיין זיידע האט געגעסן טעג...! ס'איז בבחינת ..."לאו עכברא גנבא. אלא חורא גנבא"... ווען ער וואלט נישט געהאט קיין אוידיענץ וואלט ער עס נישט געטון. נאר ער ווייסט אז דער אונגערישער עולם האט א פעיוואריט טאפיק..."דעם יוחעס פון דער היים"...און ער האט געטון א גוטן דזשאב פון ריסוירטש פאר ער איז געגאנגען רעדן צו די משפחות... נאכאמאל. ער האט דא גארנישט געמיינט. פשוט. ער איז אן איינזאמער מענטש. און ער האט זייער שטארק געוואלט..."באלאנגען"...ערגעץ...!
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2019 8:58 pm
דורך בן ישי
אויב איז ער א פשוטע איינזאמער מענטש וואס האט געזיכט א משפחה וואלט ער זיך געדארפט אפשטעלן מיט איין משפחה.
אגב האב איך געהערט אז ער האט יא געהעריג א משפחה מיט קינדער אבער איך ווייס נישט צו ס'אמת